איטאליע
פֿון װיקיפּעדיע
איטאַליע | |||||
|
|||||
נאציאנאלע זינגליד: | |||||
קאנטינענט | אייראפע | ||||
אפיציעלע שפראך | איטאליעניש | ||||
הויפטשטאט | רוים |
||||
קאנטראלע | דעמאקראטיע | ||||
פרעמיער מיניסטער פרעזידענט |
ראמאנא פראדי |
||||
גרינדונג דאטום |
|||||
פלאך מאס וועלט גראדונג פלאך פראָצענט וואסער |
301,318 קוואדראט ק"מ קוואדראט ק"מ 71טע 2.4% |
||||
באפעלקערונג צאל וועלט גראדונג באפעלעקרונג באפעלקערונג ענגקייט |
23טע 196.2 מענטשן פאר אַ ק"מ |
||||
פראדוקט ווערדע וועלט גראדונג פראדוקט ווערדע |
מיליאן $ |
||||
וואלוטע | איירא | ||||
צייט זאנע | UTC]] +1]] | ||||
אינטערנעט דאמיין | it | ||||
טעלעפאן קאד | 39+ |
איטאַליע (איטאַליעניש: Italia איטאַליאַ) איז אַ לאַנד אין דרום אײראָפּע. זײַן הױפּטשטאָט איז רױם. די מדינה איז אויף א האלבאינזל. די אפענינער בערג גייען די לענג פונעם לאנד. מיט דער טריקעניש גרעניצט זיך אין די אלפן מיט דער שווייץ, פראנקרייך, עסטרייך, סלאוועניע, צו צפון זייט. פון די אנדערע זייטן איז זי ארום גענומען מיט פינעף וואסער, דער אדריאטי, יוני, טירעני, ליגורי און דעם מיטלענדישן ים. אויך איז אין שטח פון איטאליע דא אסאך אינזלן עס ווערט אויסגערעכנט בערך 70 אינזעלן צווישן זיי סיציליע און סארדיניע. צווישן די וואסערן פון איטאליע איז דער טיבער טאג, דער פו טייך, און דער טירעני ים, לאגו גארדא, לאגו קומו, לאגו מאדזשורע.
אויב קוקט מען פון דער לופט אראפ אויף איטאליע זעהט מען פאר זיך א פארם פון א שטיוול דערפון נעמט זיך דעם אויסדרוק דער איטאליענישער שטיוול.
צווישן די אינטעראסאנטע זאכן אין איטאליע איז דער געבויגענער טורעם אין דער שטאט פיזע, א ריזן טורעם וואס שטייט שיף, עס זעהט יעדן מינוט אויס ווי זי וויל זיך בייגן און פאלן. אויך געפינט זיך אין איטאליע די גרויסע וואלקאן בערג וואס שפייען פון זיך טאג און נאכט קאכעדיגע פלאעמן, מען זעהן פון דערווייטענס רויך וואלקענעט פייער און שוועבעל. צווישן די טעטיגע בערג איז דער עטנע בארג, און דער וועזוב בארג. דער וואולקאנו און סטרומבולי. אויך איז דא אסאך שלפעדיגע בערג, וואס קענען אין יעדע ליאדיע מינוט אויפרייסן. און דעריבער ווערט איטאליע אויך גערופן די וואולקאנען לאנד.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] וואסערן
עס געפינט זיך אין איטאליע זעלבסט אסאך מיני וואסערן, אייגענטליך איז גאנץ איטאליע פיל מיט וואסער, ספעציעל איז באקאנט די גאסן פון ווענעציע וואס זענען פיל מיט וואסער קאנאלן, און מען גייט פון איין גאס צום צווייטן און פון איין געגענד צום צוייטן מיט שיפן.
[בעאַרבעטן] ווענעציע
די שטאט איז איינע פון אינטערעסאנט'סטע שטעט, עס איז פארמאטג לערך 118 קליינע אינזלען, איהר גאסן זענען לאנגע וואסער קאנאלן, מען קען דערויך גיין בלויז מיט שיפן. עס קומען אהין טויזענטער טויריסטען א יאר, און די שיפ קאמפאניס מאכן דערפון א לעבן.
[בעאַרבעטן] באפעלקערונג
עס ווערט געציילט היינט צו טאג די באפעלקערונג פון רוים לערך צוויי און זעכציג מיליאן.
[בעאַרבעטן] אידן אין לאנד
אידן וואוינען שוין גאר לאנג אין איטאליע, פון די גאר באקאנטע שטעט פאר אידן זענען מאנטובה פאדובה ליווארנא
בכלל איז איטאליע גוט באקאנט פאר דער אידישער היסטאריע צוליב דעם וואס דארט איז די הויפט שטאט רוים, און די רוימער האבן אמאל געוועלטיגט איבער דער וועלט און האבן חרוב געמאכט דאס בית המקדש, און פארטריבן אידן אין גלות.
פאר די צווייטער וועלט מלחמה האבן געוואנט איבער זיבעציג טויזענט אידן אין איטאליע, עס איז אינטערעסאנט אז אפילו איטאליע איז געווען א פון דעם אקס, און א פולער שותף מיט נאצי דייטשלאנד, דאך האבן זיי נישט אנגענומען די נירעבערגער געזעצען, בכלל איז כמעט נישט געווען קיין ספעציעלער אנטיסימיטיזעם פונעם איטאליענישן פאלק פאר די אידן אין דער צייט פון דער צווייטער וועלט מלחמה. עס איז געווען צייטן וואס די דייטשען האבן איינגענומען אסאך חלקים פון איטאליע, און דעמאלטס האבן די דייטשען מיט שותפים פון אנטיסעמיטן פון איטאליע גע'הרג'ט אידן, עס ווערט געשאצט אז די דייטשען האבן געמארדט לערך פופצין טויזנט אידן אין איטאליע ביי דער צווייטער וועלט קריג.
היינט געפונט זיך לערך פופציג טויזנט אידן אין איטאליע.
G6: איטאליע | דייטשלאנד | יאפאן | פאראייניגטע קעניגרייך | פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע | פראנקרייך || G7: קאנאדע || G8: רוסלאנד | |