ברוכים הבאים צו דער ייִדישער וויקיפעדיע
|
וויקיפעדיע איז אַ פראָיעקט, וואס שטרעבט צו שאַפֿן א מולטי-שפראכיקע, פֿרייע, אומזיסטיקע, באגלייבטע, און אפֿענע ענציקלאָפעדיע פֿאר יעדן איינעם צו שרײַבן און לייענען.
- עס איז געבויט אויפן פרינציפ צו זיין אביעקטיוו; דאס הייסט גענצליך ריין, פון יעדע סארט מיינונג, טעות, ספעם, מיסיאן, פראפעגאנדע, שקר, בייעס, שמוץ, מחלוקת, כפירה, רכילות, ניבול פה, לשון הרע, הלבנת פנים, ליצנות, פאליטיק, אדער אפיקורסות.
- יעדער איינער אויף די וועלט איז אייניג ביכולת, באאויפטראגט, און אויפגעפאדערט, דאס צו בארייכערן, פארעכטן, און ענדערן, אז דאס זאל זיין אויסגעהאלטן לויטן אמת אן ח"ו אויסמעקן פאקטען דורך סיי וואסערע צענזור.
- מיטצוהאַלטן לייוו, אַ גאַנצען טאָג, אָדער סתם זען ווער עס האָט געשריבן וואָס, ווען, און וווּ, גייט אַריין אין לעצטע ענדערונגען זײַטל. געפינט דאס אויף דער רעכטער זייט ביים מעניו פון דער וויקיפידיע אויף דער דריטער שורה.
- הייבט שוין אָן שרייבן! קלאפט אריין אין דעם "זוכן" קעסטל א טעמע וואָס איר ווילט לייענען אדער שרייבן, דריקט "גיין" (נישט דרוקן "זוכן"), וועט באַלד ארויפקומען דער רעזולטאט-בלאַט. ליינט מער ווי אזוי צו זוכן און שרייבן אַרטיקלען.
- אז איהר ווילט וויסען, וואספארא טעמע איז די מערסטע געזיכט, אדער ווילט העלפען פארבעסערן נייע ארטיקלען, אדער זעהן ווי מ'דארף פארבעסערן און אלגעמיין. גייט אריין אינעם בלאט פון וויקיפעדיע דארף אייך.
- ביטע מאכט ווידער ריכטונגען צו דעם קעפל פון דער ארטיקל זאל זיין מיט נקודות און אָן נקודות, כדי זאל מען דאס קענען אויסטרעפן אויפ יעדנס-פאַל. דאס זעלבע מאכט ביי קאטעגאריעס און אנדערע וויקיפעדיע-בלעטער. עס איז כדאי (אבער נישט קריטיש) זיך צו האלטן צו די ייִוואָ געזעצן ("כלל-שפּראַך").
|
|