אלפן
פֿון װיקיפּעדיע
די אלפן זענען א גרויסע רייע בערג אין אייראפע וואס ציט פֿון עסטרייך און סלאוועניע אין מזרח, דורך איטאליע, שווייץ, ליכטנשטיין און דייטשלאנד ביז פֿראנקרייך אין מערב. דאס ווארט „אלפן" שטאמט פֿון לאטייניש Alpes.
דער העכסטער בארג פֿון די אלפן איז מאנט בלאנק, הויך 4808 מעטער, אויפֿן גרעניץ פֿון פֿראנקרייך מיט איטאליע.