ירושלים
פֿון װיקיפּעדיע
ירושלים | |
---|---|
באַפֿעלקערונג | 706,000 |
גרײס | 123 קװאַדראַט-קילאָמעטערס |
ירושלים (העברעיש: יְרוּשָׁלַיִם, אַראַביש: القدس) איז די אָפֿיציעלע הױפּטשטאָט פֿון מדינת ישׂראל, דער צענטער פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק, נאָך פֿון גאר אַמאָליקע צײַטן. די שטאָט איז פֿאַרהײליקט, אױף די דרײַ מאָנאָטעיִסטישע, רעליגיעזע גלױבנס: דאס ייִדישע, דאס איסלאַמישע, און דאס קריסטלעכע גלױבן. דאָס צענטראַלישקײט פֿון די שטאָט, פֿאַר אַלע גלױבנס, האָט געברענגט אַ סך קריגערײַען און װעלט־מלחמות צװישן זײ, ביז הײַנטיקן טאָג. זייט דעם 19טן יארהונדערט האבן זיך אנטוויקלט ארום דער אלטשטאט אסאך נייע געגנטן, וואס זענען היינטצוטאג דער גרעסטער טייל פון דער שטאט.
די שטאָט פֿון ירושלים געפֿונט זיך אויף די "יהודה- בערג" צווישן דעם מיטלענדישן ים (הים התיכון) און דעם ים המלח אין אַ הויך פֿון אַ 650 - 840 מעטער איבערן מיטלענדישן ים. די שטאָט געפֿונט זיך אין די עקזײַט פֿון "מדבר-יהודה".
די צאָל פֿון די רעגנס איז 600 מילימעטר אין אַ ווינטער-צײַט. דער זומער איז הייס און טרוקן. דער ווינטער איז קאַלט און אַ רעגנדיקער. אָפֿטמאָל שנייט אויף אַ פּאָר טעג אין ווינטער. די צאָל פֿון די פֿײַכטקייט איז ארום 60% .
ריכטיק אויף סעפּטעמבער 2003, איז דאָ אין ירושלים 688,900 בירגער. די בירגערשאַפֿט מערטזיך, אין אַ צאָל פֿון 1.7 פּראָצענט אַ יאָר. די בירגער פון ירושלים זײַנען צומישט : צווישן %68.8 וואָס זײַנען ײִדן. 30.4% זײַנען מאָסלעמישער אַראַבער. 1.8% זײַנען קריסטלעכער אַראַבער. די פּראָפּאָרציאָנעלקייט צווישן מענער און פֿרויען איז : 1015 פֿרויען, צו 1000 מענער.
דער בירגערמײַסטער איז היינט אורי לופליאנסקי, פֿון די "יהדות התורה" פּאַרטיי.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] אין דער היסטאריע
[בעאַרבעטן] פארצייטישע ירושלים
דער אנהייב פון ירושלים איז געווען אויפן בערגל וואס מ'רופט היינט עיר דוד. בערך אין יאר ב'ת איז דער יישוב געווארן א שטאט. אין יאר ב'ת"ר - אפשר אפילו פריער - איז ירושלים שוין געווען אן אנגעזעענע באפעסטיגטע כנעענישע שטאט. בערך אין יאר ב'ת"ש האט אדוני צדק, דער מלך פון ירושלים, געפירט די מלכים פון דרום ארץ ישראל אין זייער קריג קעגן יהושע בן נון, וואס האט געזיגט איבער זיי אין עמק איילון. ווען די יבוסים זענען געקומען קיין ירושלים האבן זיי א נאמען געגעבן די שטאט „יבוס"; דער איז געבליבן 200 יאר ביז דוד המלך האט איינגענומען די שטאט. דער פסוק אין שמואל ב, פרק ה, 6-10 (און אויך אין דברי הימים א, יא) פארציילט וויאזוי דוד האט איינגענומען די שטאט. ירושלים איז צום ערשטן באשטימט געווארן אלץ הויפטשטאט אין יאר ב'תתק"ן דורך דוד המלך נאכדעם וואס ער האט געמאכט א בונד מיט די עשרת השבטים אין חברון.
[בעאַרבעטן] תקופה פון בית ראשון
דוד המלך'ס זון שלמה האט געבויט אין ירושלים דעם בית המקדש. אזוי ווי דער בית המקדש איז חרוב געווארן און מ'האט איבערגעאקערט די שטאט מערער מאל, איז שווער פאר די ארכעאלאגן צו טרעפן קלארע זאכן פון יענער תקופה. דער ערשטער ארט פון ירושלים, וואס מען רופט היינט עיר דוד, געפינט זיך לעבן דעם אראבישן דערפל סילוואן (דאס איז אראביש פארן שילוח).
ביז די יארן פון דער מלך חזקיהו (אין יאר ג'ר) האט זיך ירושלים פארגרעסערט אויף דעם מערב בערגל (היינט געפינט זיך דארטן דאס יידישע פערטל און דאס ארמענישע פערטל. אין יענע יארן האט די מיליטער פון אשור באלעגערט די שטאט, אבער זיי האבן נישט געקענט זי אייננעמען. איין טעם איז געווען דער שילוח טונעל דורך וואס וואסער האט אריינגעשטראמט אין דער שטאט פון דעם גיחון קוואל וואס איז דרויסן פון די מויערן פון ירושלים. צום זענען מלאכי חבלה געקןמען און אויסגעהרגעט גאר די מיליטער פון אשור.
אין יאר ג'שכ"ז האט די מלוכה פון בבל געהערשט איבער מלכות יהודה; דער מלך יהויכין און אלע חשובע יידן אין ירושלים זענען פארטריבן געווארן אין גלות. נבוכדנצר האט ארויפגעשטעלט צדקיהו אויף דעם טראן, אבער נאך 11 יאר האט ער מורד געווען און נבוכדנצר האט חרב געמאכט דעם בית המקדש אין יאר ג'של"ח. ווערנט די יארן האבן די ארכעאלאגן אנטפלעקט עטלעכע פייל-שפיצן פון די בבליים.
[בעאַרבעטן] תקופה פון בית שני
אום אל-פחם | אופקים | אור יהודה | אור עקיבא | אילת | אלעד | אריאל | אשדוד |אשקלון | באקה-ג'ת | באר שבע | בית שאן | בית שמש | ביתר עילית | בני ברק | בת ים | גבעתיים | דימונה | הוד השרון | הרצליה | חדרה | חולון | חיפה | טבריה | טייבה | טירה | טירת כרמל | טמרה | יבנה | יהוד | יהוד-מונוסון | ירושלים | כפר סבא | כרמיאל | לוד | מגדל העמק | מודיעין-מכבים-רעות | מעלה אדומים | מעלות-תרשיחא | נהריה | נס ציונה | נצרת | נצרת עילית | נשר | נתיבות | נתניה | סחנין | עיר הכרמל | עכו | עפולה | ערד | פתח תקווה | צפת | קלנסווה | קריית אונו | קריית אתא | קריית ביאליק | קריית גת | קריית ים | קריית מוצקין | קריית מלאכי | קרית שמונה | ראש העין | ראשון לציון | רהט | רחובות | רמלה | רמת גן | רמת השרון | רעננה | שגור | שדרות | שפרעם | תל אביב-יפו |
אונגארישע הייזער | בית הכרם | בית וגן | בית ישראל | בקעה | גאולה | הגבעה הצרפתית | גבעת משואה | גבעת רם | גבעת שאול | גילה | המושבה הגרמנית | המושבה היוונית | הר נוף | הרובע היהודי | ווארשעווע הייזער | זכרון משה | טלביה | ימין משה | יפה נוף | כרם אברהם | מאה שערים | מאטערסדארף | מגרש הרוסים | מוסררה | מוצא | מחנה יהודה | מחנה ישראל | מונקאטשער הייזער | משכנות שאננים | מלחה | ממילא | נווה יעקב | נווה שאנן | נחלאות | נחלת שבעה | נחלת שמעון | נייטנס הייזער | סנהדריה | עזרת תורה | עטרות | עין כרם | פסגת זאב | קאטאמון | קרית בעלז | קרית הלאום | קריית יובל | קריית משה | קריית שמואל | רוממה | רחביה | רמות | רמת אשכול | רמת דניה | רמת שלמה | שכונת הבוכרים | שמואל הנביא | שערי חסד | תלפיות | הרובע המוסלמי | הרובע הנוצרי | |
אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט.
אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באוקא ראטאון • באסטאן • בארא פארק • בודאפעסט • בית שמש • ביתר עילית • בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • געיטסעד • גרעיט נעק • דיעל • דיטרויט • וואדמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וויען • זשיטאמיר • חברון • טאהש • טאראנטא • טינעק • טשיקאגא • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לעיקוואד •לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסעי • מיאמי • מילאן • מעלבארן • ניו סקווירא • נווה יעקב • סארסעל • סטעמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאוקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פראג • פוירט • ציריך · קאשוי • קווינס • קיעוו • קליוולאנד • קרוין הייטס • קרית יואל • רוים • ריווערדעיל • שטראסבורג