זכרון משה
פֿון װיקיפּעדיע
זכרון משה איז א געגנט אין מיטן ירושלים צווישען די גאסען רחוב הנביאים צו כיכר השבת.
זכרון משה איז געגרינדעט אין יאהר 1905 דורך ציונים פון זיי ר' יחיאל מיכל פינעס, און דוד ילין און נאך. איינ'ס פון די 5 געגענטער וואס איז געבויט געווארען מיט ר' משה מונטיפיורי'ס געלט מיט א תנאי אז ס'זאל הייסען נאך איהם, די געגענט איז געבויעט געווארען מיט מאדערנע טעכנאלאגיע מיט די קאנצעפטען פון יענע יאהרען, ווי: די גאסען זאלען זיין שטאק אויסגעפלאסטערט ס'זאל אויסהאלטען די רעגען און ס'זאל נישט מאכען קיין בלאטעס גראבען גרובער פאר ווי די וואסער זאל אפגיין, איינפלאנצען ביימער, און א פארבאט אויפצוהענגען קליידער צום אויסטריקענען אויפ'ן גאס.
אזוי אויך איז זכרון משה די ערשטע געגענט אינדרויסען פון די מויער וואס איז נישט געבויט געווארען איין הויז נעבען צווייטען, און יעדע הויז האט געהאט זיין הויף און גארטען, וואס דאס איז געווען די ערשטע ווי נאכדעהן קומט רחביה און אנדערע געגענטער, ס'איז געווען נאר איין שטאקיגע הייזער און ס'האט געהייסען דעמאלט'ס די טייערסטע געגענט.
און 1934 איז אין רחוב ישעיהו, געבויט געווארען א טעאטער עדיסון וואס האט יאהרען געדינט פאר די שטאט'ס טעאטער ביז'ן אויפבוי פון טעאטער ירושלים אין 1971, היינט (2007) געפינט זיך עס אינמיטען צו-ווארפען.
מיט די יאהרען איז די געגענט געווארען נאכגעלאזט, אסאך הייזער האט מען אראפגעווארפען אדער צוגעבויט שטאקען, און צוליב זיין און די טשולענט פון ירושלים איז עס שנעל איבערגעטוישט געווארען מו א פרומע געגענט, און יעצט פלאנט סאטמאר (אהרונים) צו אויפבויען זייער שטעטל דארט אויפ'ן פלאץ פון די עדיסון טעאטער, דארט איז אויך דא די בית הספר למל, און בית דוד ילין וואס דינט אגודת ישראל.
[בעאַרבעטן] זכרון משה שטיבלאך
אונגארישע הייזער | בית הכרם | בית וגן | בית ישראל | בקעה | גאולה | הגבעה הצרפתית | גבעת משואה | גבעת רם | גבעת שאול | גילה | המושבה הגרמנית | המושבה היוונית | הר נוף | הרובע היהודי | ווארשעווע הייזער | זכרון משה | טלביה | ימין משה | יפה נוף | כרם אברהם | מאה שערים | מאטערסדארף | מגרש הרוסים | מוסררה | מוצא | מחנה יהודה | מחנה ישראל | מונקאטשער הייזער | משכנות שאננים | מלחה | ממילא | נווה יעקב | נווה שאנן | נחלאות | נחלת שבעה | נחלת שמעון | נייטנס הייזער | סנהדריה | עזרת תורה | עטרות | עין כרם | פסגת זאב | קאטאמון | קרית בעלז | קרית הלאום | קריית יובל | קריית משה | קריית שמואל | רוממה | רחביה | רמות | רמת אשכול | רמת דניה | רמת שלמה | שכונת הבוכרים | שמואל הנביא | שערי חסד | תלפיות | הרובע המוסלמי | הרובע הנוצרי | |