מגרש הרוסים
פֿון װיקיפּעדיע
מגרש הרוסים איז נישט אזוי ווי א געגענט ווי א פלאץ פון 68 דונעם, אין הארץ פון ירושלים , צווישען די גאסן רחוב יפו, שבטי ישראל און הנביאים.
[בעאַרבעטן] היסטאריע
צו קענען אקאמאדירען די קאטוילישע עולי רגל און לייזען די פראבלעם פון די געברויכען וואס קומען מיט מיט די עולים ווי שיצונג, שלאפען, קירכעס, עסן, א.ד.ג. האבען די קאטאלישע ארגעניזאציעס צוגעשטעלט קרעטשמעס ווי מ'ריפט עס, ווי ס'האט שטארק געכאפט איז די געגענט ווי מ'האט צוגעשטעלט פאר די פערד און וועגענער ווי צו איינשטיין, און א קירכע אויפ'ן פלאץ, מערסטענ'ס פאר רוסישע, און די נאמען "מגרש" הרוסים איז וויבאלד דארט האבען 2 מיליטערן זיך געגרייט צו אטאקירען ירושלים, און די טערקישע האבען דארט געהאט א מיליטערישע באזע,
מיט די יאהרען איז די געגענט שטארק אנטוויקעלט געווארען, און ס'געבויט געווארען דארט א שפיאטל פאר די עולי רגל, פארשטייט זיך אז די פלאץ איז פיל געווארען מיט פעדלער'ס וואס האבען אויסגעלייגט זייער סחורות פאר די באזיכער, אין 1858 איז די גאנצע געגענט פארקויפט געווארען פאר די רוסען און דעמאלט'ס איז די געגענט געווארען א פראכט מיט די שענסטע קירכע, און א נייע שפיטאל, מיט נאך אסאך פלעצער ווי איינצושטיין, און א בנין פאר די קאנסול פון רוסלאנד, אויך א הערליכע בילדינג וואס הייסט "בית סרגיי", וואס איז געבויט געווארען דורך די רוסישע פרינץ סערגיי, פאר די ארויפגעקוקטע פערזענליכקייטען פון רוסלאנד וואס קומען באזיכען.
איינס פון די אנטשאלטען איז געווארען א תפיסה און די צייטען פון בריטישען מאנדאט, אסאך אינטערגרונד מעמבער'ס זענען דארט געזיצען, און אין 1947, ווען די בריטישע האבען שטארק פארסירט די איטערגרונד באוועגונג, זענען 6 פון די תפיסה פארמשפ'עט געווארען צום טויט 4 האט מען טאקע געהארגעט נאכען אריבערפירען קיין עכו תפיסה, ווען 2 האבען זיך גענימען דאס לעבען דורך א גראנאט וואס איז געשווערצט געווארען דורך די רב וואס איז זיי געקומען באזיכען, היינט איז די פלאץ א מוזעאום פאר יענע צייטען מיט איטערגרונד באוועגונגען.
און 1861 נאכען בויען די גאס פון יפו ביז ירושלים, און שפעטער און 1891 ווען א באן איז געבויט געווארען האט עס זייער שטארק פארשטארקט די באזיכער'ס אויפ'ן פלאץ.
ביי די אויסברוך פון די ערשטע וועלט מלחמה און 1914, און צוליב די איבערקערעניש אין רוסלאנד ווערענדיג קאמוניסטיש, האט זיך די געגענט ווי כמעט ליידיג געווארען. נישט קענענדיג קומען פון רוסלאנד היינט זענען נאך דא דארט געציילטע גלחים און אנטשטאלטען וואס נעמען אויף די קאטוילישע באזיכער פון רוסלאנד,
רוב געגענט איז פארקויפט געווארען אין די 50'ער יאהרען פאר מדינת ישראל, וואס האט אלעס איבערגעגעבען פאר פשטאטישע און פעדעראלע אפיסעס קארט'ס, די פאליציי סטאנציע. איינ'ס פון די אנטשטאלטען האט איבערגענימען די משרד הבריאות, א צווייטע'נס די פאליציי, און די טורמע פון ירושלים. אנדערע דינען די יוסטיץ דעפאטמענט (משרד משפטים). ווי "בית משפט השלום",
בית המשפט לתעבורה (טרעפיק פארלעצונגען) און בית המשפט העליון (סופרים קארט) זענען דארט געווען פלאצירט ביז לעצטענ'ס
און די פלאץ איז געטראפען געווארען א גרויסער זויל אין יאהר 1871 וואס די בילדער הורדוס האט עס איבערגעלאזט נאכען טרעפען א שפאלט. און הורדוס'ס צייטען זענען 162 אזעלכע ריזיגע שטאנגען אריינגעפלאנצט געווארען און ירושלים און ליכט פון די גראנדיעזע בויעונגען דעמאלט'ס, היינט ליגט עס נעבען די פאליציי סטאנציע מיטן ירושלמי'דיגע נאמען עוג'ס פינגער (עוג מלך הבשן).
[בעאַרבעטן] מגרש הרוסים היינט צוטאג'ס
און די סוף 20'סטען יאהר הונדערט איז די פלאף געווארען א טייל פון די נאכט-פארוויילונג אין ירושלים, ווערענדיג געפענט אויפע'ן פלאץ אסאך בּאַרען און פאָבּ'ס, צושטעלענדיג זיך צו ככר ספרא סטייל,
לויט די דעוועלעפמענט דעפארטמענט וועט די פלאץ איבערגיין א רענאוואציע, קודם אויסברייטערן די פלאץ צו 130,000 סקווער מעטער, און נאכדעהם אויפבויען האטעלן, הייזער צו וואינען, א האנדעל'ס-צענטער, אפיסעס און אינטערערדישע פארקינג לאט'ס, די פאליציי און די טורמע וועלען איבערגעפירט ווערען ערגעץ אנדערש.
און אוקטאבער 2006, האט מען געהערט טענות פון די רוסישע רעגירונג צוריקצוגעבען די געגענט אינטער די רוסישע הערשאפט און ס'דא וואס זאגען אז ס'איז געווען מיט די דירעקטע אהנווייזונג פון פרעזידענט פוטין
אונגארישע הייזער | בית הכרם | בית וגן | בית ישראל | בקעה | גאולה | הגבעה הצרפתית | גבעת משואה | גבעת רם | גבעת שאול | גילה | המושבה הגרמנית | המושבה היוונית | הר נוף | הרובע היהודי | ווארשעווע הייזער | זכרון משה | טלביה | ימין משה | יפה נוף | כרם אברהם | מאה שערים | מאטערסדארף | מגרש הרוסים | מוסררה | מוצא | מחנה יהודה | מחנה ישראל | מונקאטשער הייזער | משכנות שאננים | מלחה | ממילא | נווה יעקב | נווה שאנן | נחלאות | נחלת שבעה | נחלת שמעון | נייטנס הייזער | סנהדריה | עזרת תורה | עטרות | עין כרם | פסגת זאב | קאטאמון | קרית בעלז | קרית הלאום | קריית יובל | קריית משה | קריית שמואל | רוממה | רחביה | רמות | רמת אשכול | רמת דניה | רמת שלמה | שכונת הבוכרים | שמואל הנביא | שערי חסד | תלפיות | הרובע המוסלמי | הרובע הנוצרי | |