ציריך
פֿון װיקיפּעדיע
ציריך (דייטשיש: Zürich) איז די גרעסטע שטאט אין דער שווייץ, און די הויפטשטאט פון דעם ציריך קאנטאן, מיט א באפעלקערונג פון 371,767 אין 2007, צווישן זיי בערך 6,500 יידן. ציריך איז דער הויפט האנדל צענטער פון דער שווייץ.
[בעאַרבעטן] געאגראפיע
די שטאט געפינט זיך וואו דער לימאַט טייך קומט ארויס צפון-מערב פון דער ציריך אזערע. דער צענטער פון ציריך איז דער 'לינדנהויף', א קליין בערגל אויפן לינקען ברעג פון דעם לימאט.
[בעאַרבעטן] טראנספארט
ציריך איז א מיטלפונקט פאר באן, וועג און לופט פארקער. זי האט פארשידענע באן סטאנציעס, כולל ציריך הויפט באן סטאנציע, ערליקאן, שטאדלהאפן, הארטבריק, טיפנברונעם, ענגע, ווידיקאן און אלטשטעטן. די ציזאלפינא, אינטערשטאט עקספרעס און אויך דער פראנצויזישער TGV הויך-גיך באנען שטעלן זיך אפ אין ציריך.
די שווייצער A1, A3 און A4 עקספרעסוועגן קומען נאנט צו ציריך. דער A1 גייט צו מערב קיין בערן און גענף און צו מזרח קיין סט גאלען; דער A3 קערט צו צפון-מערב קיין באזל און דרום-מזרח לענג-אויס דער ציריך אזערע און וואלן אזערע קיין סארגאנס; און דער A4 קערט צו צפון קיין שאפהייזן.
ציריך אינטערנאציאנאלער ערפארט אין קלאָטן איז נישט קיין 10 ק"מ צפון-מזרח פון דער שטאט.
דער פובליקער טראנספארט נעצווערק האט אויך שיפן אויף דער אזערע און דעם טייך, פוניקולארע באנען און אויך א קאבל קאר צווישן אדליסוויל און פעלזנעג.
אז מען קויפט א בילעט פאר א נסיעה איז ער גילטיק אויף אלע טראנפארט מיטלן.