לעיקוואד
פֿון װיקיפּעדיע
לייקוואוד | |
---|---|
לאַנד | ניו זשערסי, USA |
געגנט | אקעאן קאונטי |
בירגערמײַסטער | מאיר ליכטענשטיין |
שטח | 25.1 קוואדראט מייל |
באַפעלקערונג | 60,352 - (אין 2000) |
לייקוואוד (סטאַנדאַרט ייִדיש: לײקװוּד) איז א שטאט אין קאונטי אקעאן ניו זשערסי, USA.
- עס וואוינען דארט 60,352 מענטשן לויט די 2000 צענזוס.
- לייקוואד איז איינע פון די אידישע געגנטן וואו עס וואוינען אסאך ארטאדאקסישע חרדישע יידן. האבנדיג די גרעסטע ישיבה - בית מדרש גבוה - אין די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע, און פון די גרעסטע איבער דער וועלט.
- די חרדישע געמיינדע אין דער שטאט האבן זייער א גרויסן פאליטישן כח פון איבער 15,000 שטים בארעכטיגטע מענטשן אלס א שטים בלאק.
- אין יאר 2006 איז געוועלט א חרדישער איד מאיר ליכטענשטיין אלס דער בירגערמייסטער פון לייקוואוד.
- דער היינטיגער בירגערמייסטער (2008) איז רעי קאולס.
- עס זענען דא ארום הונדערט בתי מדרשים, און צענדליגע מוסדות.
[בעאַרבעטן] באזוכען לײקוואד
מען קען אנקומען צו לעיקוואד דורך די גארדען סטעיט פארקוועי ארויסגאנג 98 קומענדיג פון צפון, און ארויסגאנג 91 קומענדיג פון דרום. אויך שניידט די יו עס 9 אדורך די לאקאלע גאסן פון לעיקוואד.
ניו זשערסי טרענסיט האט יעדן טאג בוסן פון ניו יארק ביי די פארט אטארעטי באס טערמינאל קיין לייקוואוד, און פון לייקוואוד ביי די בוס טערמינאל אדער ביי בןס סטאנציעס.
אויך זענען דא 2 חרדישע פירמעס וואס האבן עטליכע באסעס א טאג פון בארא פארק, פלעטבוש קיין לעיקוואד און צוריק (זיי האבן זיך שוין פאראייניגט אונטער איין בעה"ב אבער זיי רופען זיך נאך אויף די אלטע נעמען).
עס איז אויך דא א ווען וואס פארט עטליכע מאל א טאג קיין מאנסי.
[בעאַרבעטן] אינטערסאנטע פלעצער אין לייקוואוד
- די אזערע
- בית מדרש גבוה
- אקעאן קאונטי פארק
- דאונטאון לעיקוואד/קליפטאן עוועניו
אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט.
אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באוקא ראטאון • באסטאן • בארא פארק • בודאפעסט • בית שמש • ביתר עילית • בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • געיטסעד • גרעיט נעק • דיעל • דיטרויט • וואדמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וויען • זשיטאמיר • חברון • טאהש • טאראנטא • טינעק • טשיקאגא • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לעיקוואד •לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסעי • מיאמי • מילאן • מעלבארן • ניו סקווירא • נווה יעקב • סארסעל • סטעמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאוקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פראג • פוירט • ציריך · קאשוי • קווינס • קיעוו • קליוולאנד • קרוין הייטס • קרית יואל • רוים • ריווערדעיל • שטראסבורג