לאנד
פֿון װיקיפּעדיע
צו מיינט איר באדן?
אין פאליטישער געאגראפיע און אינטערנאציאנאלער פאליטיק איז א לאנד א געאגראפיש ארט מיט אן אייגענער רעגירונג. מען רופט עס אויך א מדינה אדער א שטאַט.
אחוץ אנטארקטיקע איז די גאנצע יבשה פון דער ערד צעטיילט אויף לענדער. די פאראייניקטע פעלקער האט 192 לענדער אלס מיטגלידער.
לאנד איז קען זיין א קליין שטיק לאנד ביז א לאנד וואס דעפינירט א רעגירונג וואס פארפיגט אויף א לאנד, ווי די דאס לאנד קאנאדע אדער גרויסבריטאניע.
איז א פאליטישע געמיינדע וואס באוואינט אַ געאגראפישע אָרט, און באזיצט אינערליכע און אויסערליכע סאַווערענץ, און איז למעשה דער וואס קען ניצן די שטארקייט.
עס איז מעגליך עס זאל אדער זאל נישט האבן אן ארגאניזירטע רעגירונג צו בכלל עקזיסטירן. עס איז שוין געווען מדינות וואס מער ווי איין גרופע האט זיך פארמאסטן צו זיין די רעגירונג. אבער זייער סטאטוס אלס מדינה/שטאַט איז נישט געטוישט געווארן. ווי למשל די רעפובליק פון כינע אין 1912.
א רעגירונג איז נישט א זאך וואס מוז זיין אז די מדינה/שטאַט זאל זיין א שטאַט, אויב און ווילאנג די אינטערנאציאנאלער געמיינדע אנערקענט איר עקזיסטענץ אלס א מדינה.
אבער די אנערקענונג פון אנדערע שטאַטן/מדינות איבער די סאַווערענץ פון א שטאַט/מדינה איז וויכטיג כדי צו קענען מאכן אפמאכן מיט די אנדערע שטאַטן/מדינות. נאכמער עס מוז האבן א רעגירונג פאר די אינערליכע ווירטשאפט.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] אנדערע ווערטער
- שטאַט ווערט אויך גינוצט אויף די ציטיילטע שטאַטן אין א פעדעראלער רעגירונג ווי די פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע.
[בעאַרבעטן] לאנד
באדייט די געאגראפישע געגענט.
[בעאַרבעטן] בירגער
באדייט די מענטשן פון דער מדינה.
[בעאַרבעטן] שטַאט אדער מדינה
באדייט די פאליטישע רעגירונג און די מדינה ווי אזוי עס איז אנגענומען אין דער אינטערנאציאנאלער געמיינדע.