ווארשע
פֿון װיקיפּעדיע
וואַרשע (פּױליש: Warszawa) איז די הויפּטשטאָט פֿון פּױלן. זײַן בעפֿעלקערונג איז 1,697,596 (אין יאָר 2005). ייִדן האָבן געוווינט אין וואַרשע זינט דעם 15טן יאָרהונדערט, דאָס רובֿ וואַרשעווער ייִדן האָבן דעמאָלט גערעדט ייִדיש. ביים חורבן האבן די נאציס אויפֿגעשטעלט אין וואַרשע די גרעסטע געטאָ מיט 450,000 מענטשן (זעט מער: וואַרשעווער געטאָ).
[בעאַרבעטן] די וואַרשעווער קהילה
וואַרשע פֿאַרמאָגט רײַכע און אַלטע ייִדישע געשיכטע. דווקא דאָ, פֿאַרן חורבן, האָבן זיך באַזעצט אַ סך חסידישע רביס - דער מאָדזשיצער, דער וואַרקער, דער ראַדאָמסקער, דער נאָוואָמינסקער ליגן אויפֿן אָרטיקן בית־עולם (געגרינדעט אין 1806 יאָר). בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז דער אַנדערער בית־עולם, אויף איענער זײַט ווײַסל, חרובֿ געוואָרן, ווי אויך אַרום 400 שולן און בתּי־מדרשים. די איינציקע, וואָס שטייט ביז הײַנט, איז די שול אויפֿן נאָמען פֿון זאַלמאַן און רבֿקה נאָזשיק - וווּ געפֿינט זיך איצט די וואַרשעווער קהילה.
געגרינדעט אינעם יאָר 1997, די קהילה איז א טייל פֿון דעם ועד הקהילות היהודיות בפולין. די קהילה איז ווײַט ניט אַזוי גרויס ווי אַמאָל - 300 טויזנט פֿאַר דער מלחמה און 500 נפֿשות איצט - אָבער זי האַלט בײַ אויפֿבויען אַ ייִדיש לעבן. אין אַ געוויסן זין איז וואַרשע - מיט כּלערײַ טעטיקייטן, פֿון קינדערגאָרטן ביז אַ מיקווה און חבֿרה קדישא - אַ מוסטער פֿון ייִדישן אויפֿלעב אין מזרח־אייראָפּע.
לויט די לעצטע שאַצונגן עס וווינט אין פּוילן אַן ערך 1200 ייִדן, אָבער אין די ייִדישע קרײַזן רעדט מען פֿון 30 טויזנט מענטשן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם. אַ סך פֿון זיי זענען אַזוי אָדער אַנדערש פֿאַרטאָן אין עפֿנטלעכע אַקטיוויטעטן פֿון ייִדישע אָרגאַניזאַציעס. ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די מיטגלידער פֿון חבֿרה קדישא, מענער און פֿרויען, זענען דערעיקרשט יונגע מענטשן.
די אויפֿגאַבע פֿון דער ק״ק וואַרשע באַשטייט אין העלפֿן די לעבן־געבליבענע פֿון חורבן ווי אויך ייִנגערע אין פֿירן אַ ייִדיש לעבן. אַן אַנדער געביט פֿון טעטיקייט האָט צו טאָן מיט גרונט־אייגענטום, וואָס די ייִדישע קהילה האָט באקומען פֿון דער מלוכה אויפֿן סמך פֿון דעם רעסטיטוציע־געזעץ. אַזוי אַרום איז דער וואַרשעווער קהילה צוריקגעגעבן געוואָרן די ישיבֿת חכמי לובלין און די שול אין קוזמיר - אַ שטעטל באַרימט פֿון רבי רבֿ יחזקל קוזמירער.
אין דער לובלינער ישיבֿה געפֿינט זיך אַן אָפּטייל פֿון דער קהילה. דאָרטן קען מען אויך באַקוקן אַן אויסשטעלונג וועגן דער געשיכטע פֿון דער ישיבֿה און איר גרינדער, דער וועלט־באַרימטער רבֿ מאיר יהודה שאַפּיראָ.
די קהילה האָט לעצטנס אַרויסגעגעבן עטלעכע פּובליקאַציעס געווידמעט דער געשיכטע פֿון די ייִדן אין וואַרשע, צוו. אנד. ”דאָס געדענקען. מאָנומענטס ייִדישע אין וואַרשע“, ווי אויך ”סידור של ילדים“ - אילוסטרירטער סידור עבֿרי־פּויליש, און ”שערי תשבֿה“ - סידור של יום חול און שבת מיט פּוילישער איבערזעצונג. דער בולעטין פֿון ק״ק וואַרשע דערשײַנט איעדע צוויי חדשים.
[בעאַרבעטן] דרויסענדע לינקס
- די וואַרשעווער קהילה (פּױליש)
- ווידיא פון די אידישע ווארשע פאר דער צווייטער וועלט מלחמה
- ווארשאווער אויפשטאנד 1944
- Official tourist web page of Warsaw
- Sightseeings in Warsaw
- Warsaw Life - Travel Guide and Events
- Warsaw's entry at Wikitravel
- Appartements in the Old Town
- Interactive city map
- Warszawa.pl (Polish)
- Wirtualna Warszawa (Polish)
- Panorama of the city center
- Skyline of Warsaw
- Skyscrapers Diagram of Warsaw
- Modern architecture in Warsaw
- Socrealistic architecture in Warsaw
- Interactive guidebook to Warsaw prior to 1944 (Polish)
- A fantastic website completetly devoted to highlighting what buildings survived WW2
- Old Warsaw postcards - before and after photos
- Map and pictures of Warsaw forts (Polish)
- Historic images of Warszawa