קוילנשטאף
פֿון װיקיפּעדיע
קױלנשטאָף אדער קאַרבאָן איז אַ װיכטיק כעמי־עלעמענט, און פֿון די װיכטיקסטע עלעמענטן פֿון די אָרגאַנישע־מאַטעריאַלן (דהײנו, פֿון די לעבעדיקע באַשעפֿענישן). איר סימבאָל איז C. איר אַטאָם־מאָס איז 12 און איר אַטאָם־נומער איז 6
די אטאמישע ציפערן גייען אין די רייע, די ערשטע איז וואסערשטאף, דערנאך קומט העליום, די דריטע איז ליטיום, די פערטע איז בעריליום, די פינפטע כעמיקאל איז באר, די זעקסטע איז קוילנשטאף, דערנאך קומט שטיקשטאף, און אקסיגען.
קארבן איז דער עיקר און הויפט עלעמענט אויף וואס די כעמיע פון לעבן איז באזירט.
דער נאמען קארבן שטאמט פון א לאטיין ווארט וואס מיינט קוילן.
בעלי חיים זײַנען אױסגעפֿארמט פֿון עטלעכע כעמיקאַלע עלעמענטן: קאַרבאָן, װאַסער שטאָף, שטיקשטאָף, און זױערשטאָף. דאָס עלעמענט קאַרבאָן האָט די מערסטע אָרגאַנישע פֿאַרבינדונגען (פֿון אַלע 4 זײַטן) װאָס דערפֿאר קען דאָס זיך שטאַרקער פֿאַרבינדן מיט זיך אַלײן און מיט אַנדערע כעמיקאַלע עלעמענטן.