ארגאניזם

פֿון װיקיפּעדיע

אן ארגאניזם איז א קאמפליצירטע וועלט פון באשעפענישן/צעלן פאר זיך וואס באיינדרוקען איינער דעם אנדערן וואס צוזאמען מאכן זיי איין גאנצע באשעפעניש.

  • אן ארגאניזם דארף האבן דרויסענדיגע ענערגיע אז עס זאל קענען זיין וואס עס איז.
  • קאמפליצירטע וועלט פון באשעפעניש מיינט צו זאגן סיי וואס פארא באשעפשניש וואס באשטייט פון מער ווי איין צעל. זיי ווערן אויך גערופן מולטי-סעליולער. אבער עס קען אויך האבן נאר איין צעל, וואס ווערט גערופן אוני-סעליולער.

ביאלאגן צעטיילן די ארגאניזמען אויף דריי דאמיינס: באקטעריעס, ארכאי און אייקאריאטעס. בהמות און פלאנצן געהערן צו די אייקאריאטעס.

[בעאַרבעטן] ווירוס

א ווירוס קען געווענליך נישט ווערן אנגערופען אן ארגאניזם, וויבאלד זיי קענען זיך נישט ריפראדיצירן פון זיך אליין, נאר מוזען האבן א גאסט געבער צעל.

[בעאַרבעטן] לעבנס טעג

איינע פון די גאר וויכטיגע זאכן פון אן ארגאניזם איז ווי לאנג דאס לעבט. עס זענען דא אזעלכע וואס לעבן נישט מער ווי א טאג, ווידער אום זענען דא אזעלכע וואס קענען לעבן טויזנטער יארן.