אמסטערדאם
פֿון װיקיפּעדיע
אַמסטערדאַם איז די הויפשטאט און אויך די גרעסטע שטאט פון האלאנד. זי איז א שטאט אין דעם פראווינץ נארד האלאנד. די שטאט איז געגרינדעט געווארן אין די לעצטע יארן פון דעם 12טן יארהונדערט, ס'איז געווען דעמאלסט א קליין פֿישעריי דערפל. דער היסטארישער צענטרום איז באוווּסט פאר זיינע קאנצענטרישע קאנאלן, וואס זענען געבויט געווארן ווערנט דער האלענדישער גאלדענער עפאכע אינעם 17טן יארהונדערט. [1][2][3][4] . מען פארגלייכט די שטאט מיט ווענעציא. אחוץ די קאנאלן, אלע ביידע שטעט האבן א לאנגע היסטאריע פון האנדל מעבר לים.
אין אנהייב יאר 2006 איז די באפעלקערונג פון אמסטערדאם געווען 743,027 - די גרעסטע שטאט אין די נידערלאנד.
[בעאַרבעטן] רעפערענצן
- ↑ Amsterdamhotspots.nl. Retrieved on 2007-04-19.
- ↑ Amsterdam Tourist Information - Seven Bridges Festival. Retrieved on 2007-04-19.
- ↑ World Executive City Guides - Amsterdam. Retrieved on 2007-04-19.
- ↑ WorldMayor.com - Job Cohen, Mayor of Amsterdam 2006. Retrieved on 2007-04-19.