בלום
פֿון װיקיפּעדיע
בלום אדער בלומען איז אדער זענען דער רעפראדאקציע גליד און סטרוקטור פון די ביימער און געוויקסען וואס זענען אויסגעשטעלט אז זייערע פרוכט אדער אנדערע זאכן וואס זיי האבן האבן אין זיך קערענדליך צו ווידער רעפראדוצירן.
נאך די פערטילאזאציע טוען זיך פארציעס פון די בלום אנטוויקלן אין פרוכט אנטהאלטענדיג די קערענדליך אין זיך.
די אויפגאבע פון די בלומען איז צו באשאפען קערענדליך וואס ווערן אנגענומען דורך סעקסואלע ריפראדוקציע - דורך די ריפראדוקציע פון די פאלינאציע.
ביי אויבערשטע געוויקסן, איז דער קערנדל דער קומענדיגער דור פון די געוויקס, און דער עיקר אמצעי צו פארשפרייטן איר מין אויף די וועלט.
דער בלום ציעט צו זיך בעלי חיים פארן פאלינאציע דורך נעקטאר צורה, פארב אדער שמעק.
דער שמעק פון די בלמען איז בדרך כלל זייער געשמאק און ציעדיג, אבער עס איז אויך דא גאר שרעקליכע שטונקס וואס זייער גערוך פארטרייבט דעם מענשט אבער ציעט צו זיך געוויסע פליגען אדער ענדליכע אינסעקטען.
אחוץ זייער רעפראדאקציע פליכט און אויפגאבע איז בלומען באנוצט און באטראכט פון מענשטן אלס א שיינקייט סימבאל וואס מען לייגט אראפ צו באצירן און באשיינען חתונות לוויות און אזוי ווייטער אנדערע צערמאניאלע כבוד און ליבע ארויסווייזונגן.