פרוכט
פֿון װיקיפּעדיע
פֿרוכט, אין באָטאַנישן זין, איז אַ טײל פֿון דער פֿלאַנץ, װאָס האָט די אַחריות פֿאַר די פֿאַרשפּרײטונג פֿון די קערנדעלעך. אין לאַנדװירטשאַפֿטלעכער און קולינאַשער שפּראַך פֿרוכט, אָדער אױבסט, איז אַ זיסער פֿלאַנצלעכער עסנװאַרג װאָס מעג זײַן אַ אמתע פֿרוכט, אָדער אַן אַנדער טײל פֿון די פֿלאַנץ. עפּל, צום בײַשפּיל, זײַנען אמתע פֿרוכטן, אָבער טרוסקאָװקעס זײַנען נישט קײן אמתע פֿרוכטן. די פֿרוכט העלפֿט צו פֿאַרשפּרײטן דיִ קערנדעלעך אין פֿאַרשײדענע אופֿן'ס: װען אַ פֿרוכט איז פֿלײַשיג, שײן און זיס, קומען חיות און פֿרעסן דו פֿרוכט, און דורך זײערע צואה קומען אַרױס די קערנדלעך. אַנדערע פֿרוכטן באַהאַפֿטן זיך צו פֿעל פֿון חיות און אַנדערע האָבן פֿליגעלעך (װי די פֿרוכטן פֿונעם מײפּל-בױם) און װערען געטראָגן פֿונעם װינט.
פרוכט וועלכע וואקסן אויף א בוים אדער אויף דער ערד, גייען אריין אינעם סארט פון פרוכט. עס קומט מיט קערנדלעך אינדערמיט.
עס האט פארשידענע שיינע קאלירן צו ציען די אויג איר צו עסן.
פרוכט איז א נארהאפטיגער מאכל,
פרוכט איז א גוטער נאש.
און פון דעם מאכט מען גוטע קאמפאט.