אינסעקט
פֿון װיקיפּעדיע
אינסעקטען זענען די גרויסע גרופע פון ארטראפאדס און די מערסטע צושפרייטע און פארשידענאראטיקער גרופע פון בעלי חיים אויף דער ערד, מיט איבער א מיליאן שוין דעפענירטע ספישיס- מער פון אלע אנדערע בעלי חיים גרופעס צוזאמן.
אינסעקטן געפינען זיך כמעט אין אלע סביבה'ס אויפן פלאנעט, כאטשיג בלויז א קליינער נומער פון ספישיס געפינען זיך אין די אקעאן אוואו די קרוסטאקיןס פירן זיך צו געפינען דארטן מער אנשטאט אינסעקטן.
עס זענען דא בערך 5,000 דרעגן פליי ספישיס, 2,000 פרעינג מאנטיס, 20,000 גרעס האפער, 170,000 באטערפליי, 120,000 פליגען, 82,000 אמת'ע באג, 360,000 כרושטשעס, 110,000 בין וואספ און מוראשקע ספישיס אראפגעשריבן ביז היינט.
שאצונגן פון די טאטאלע נומער פון איצטיגע ספישיס, אריינגערעכענט די דאזיגע וואס איז נאך נישט באוויסט פאר סייענס, לויפט פון צוויי מיליאן ביז פופציג מיליאן, מיט נייערע שטודיעס געבענדיג א קלענערע נומער פון בערך זעקס צו צען מיליאן.
ערוואקסענע מאדערן'ע אינסעקטען ראנגן אין סייז פון 0.139 מילימיטער מיימאריד וואספ צו א 55.5 סענטימיטער לאנג שטעקן אינסעקט.
די שווערסטע דאקומענטירטער אינסעקט איז א זשייענט וועטא (ביי 70 גראם'ס), אבער אנדערע קאנדידאטן טוען אויך אריינרעכענען פארשידענע סארטן פון די גלית ביטעלס.
די שטודיע פון אינסעקטס (פון לאטייניש אינסעקטוס, וואס מיינט צו צושניידען אין סעקציעס) ווערט אנגעררופן אין וויסנשאפט ענטאמאלאגיע, פון דער גריכישער שפראך וואס מיינט אויך צושניידען אין סעקשאען'ס.