פשעווארסק
פֿון װיקיפּעדיע
פשעווארסק איז א קליין חסידות. דער הויף געפֿינט זיך אין אנטווערפן. אחוץ אנטווערפן וווינען רוב פשעווארסקער חסידים אין לאנדאן און אין מאנטשעסטער.
דער פשעווארסקער רבי'נס בית מדרש, בית יצחק, איז אויף מערקאטארגאס 56, אנטווערפן.
צו ראש השנה און שבתים פֿון נסיעות קומט צו פֿארן הונדערטע יידן, אנדערע חסידים אויך, נישט נאר פשעווארסקער, דאווענען מיטן רבי'ן, און מען דינגט א גרויסן זאל כדי עס זאל זײַן גענוג פלאץ פֿארן גאנצן עולם.
דער ערשטער רבי איז געווען הר"ר משה יצחק געווירצמאן, א זון פֿון ר' נפתלי אלימלך, וואס איז געווען א זון פֿון ר' אברהם גארליצער. ר' אברהם איז געווען דעם נועם אלימלך'ס א זון.
נאך דער חתונה האט זיך ר' משה יצחק באזעצט אין פשעווארסק, גאליציע, דעריבער הייסט ער פשעווארסקער רבי. נאכן חורבן פֿון אייראפע איז ער אריבערגעצויגן קיין פאריז. אין יאר תשט"ז האט ער אויפֿגעשטעלט זײַן הויף אין אנטווערפן. ער איז געווען דער נשיא פֿונ'ם גאליציאנער כולל חבת ירושלים. אסאך פֿלעגן רופֿן עם „ר' איציקל". זײַן זון איז נעבעך אומגעקומען אין די קריג יארן.
נאך זײַן פטירה יום כפור ה'תשל"ז האבן די חסידים, ובראשם הר"ר אלחנן היילפרין פֿון לאנדאן, מכתיר געווען זײַן איידעם הר"ר יעקב לייזער אלס רבי.
[בעאַרבעטן] פשעווארסקער רבי'ס
- דער ערשטער רבי: הרה"צ משה יצחק געווירצמאן (י"ב טבת ה'תרמ"ב - י' תשרי ה'תשל"ז
- דער צווייטער רבי: הרה"צ יעקב לייזער (תרס"ז - כ"ז מרחשון ה'תשנ"ט), ר' משה יצחק'ס אן איידעם
- דער דריטער רבי: הרה"צ לייבוש לייזער שליט"א, ר' יעקב'ס זון
[בעאַרבעטן] די פשעווארסקער רבי'ס
[בעאַרבעטן] דרויסענדיקע לינק"ס
חסידישע הויפן |
אוקראינע: אליק | ברסלב | הארנסטייפל | טאלנא | טשערנאבל | מאקאראוו | מעזשביזש | ראכמסטריווקא | רוזשין | סאווראן | סקווירא | סלאוויטע | סודילקאוו | שעפעטיווקע פוילן: אזשאראוו | איזביצע | אלעקסאנדער | אמשינאוו | אפט | אשלג | ביאלא | גור | גראדזשיסק | ווארקע | זיכלין | טשענסטכאוו |חענטשין | לעלאוו | לובלין | מאדזשיץ | נעשכיז | נאוואמינסק | סאכאטשאוו | סטריקעוו | פאריסוב | פרשיסחא | קאצק | קאזשניץ | קוזמיר | ראדאמסק | ראדאשיץ | ראדזין | שעדליץ | שעניצע | שידלאווצע מזרח-גאליציע: אלעסק | אניפאלי | בעלזא | בארדיטשוב | באיאן | בורושטין | וויזשניץ | יארעסלאוו | זידיטשוב | זינקאוו | זלאטשאוו | זוטשקע| טשערנאוויץ | טשארטקאוו | דאראג | דראביטש | הוסיאטין | קאמינקא | קאמארנע | קאפישעניץ | קאריץ | קאסאב | קאזלאוו | מאכניווקא | מאנעסטריטשע | פרעמישלאן | סאדיגורא | סאסוב | שפיקאוו | סקאליע | סקולע | סטאניסלאב | סטרעטין | סטראזשניץ מערב-גאליציע: בלאזשעוו | באבוב | דינוב | דאמבראוו | זשמיגראד | טשעטשניעב | ראפשיץ | דזישקוב | גלוגעוו | גארליץ | גריבוב | קשאנאוו | ליזשענסק | מעליץ | נאראל | פשעווארסק | ראפשיץ | צאנז | שינעווע | סטיטשין | סטריזוב | טשאקעווע וואלין: קארלין | לוצק | טריסק | זוויל ליטע: אווריטש | חב"ד | ליובאוויטש |לעכאוויטש | נעשכיז | פינסק-קארלין | סטראשעליע | סלאנים | קאפוסט | קארלין-סטאלין | קאברין | קוידאנאוו רומעניע: באהוש | דעעש | וואסלוי | טעמישוואר | סאטמאר | סאסערגען | סוליץ |סיגוט | סערעט | סערעט-וויזשניץ | סקולען | ספינקא | פאלטיטשאן | קערעסטיר | קלויזענבורג | ריבניץ | שאץ | שטעפענעשט אונגארן: בערעגסאז | חוסט | קאלעוו | קאשוי | קאסאן | קרעטשעניף |ליסקע | מאטעסדארף | מאקעווע | מאשלוי | מונקאטש | מוזשיי | נאדווארנע | נאסויד | נייטרא | פאפא | ראחוב | ראצפערט |סטראפקעוו | טאהש אמעריקע: באסטאן | מילוואקי | פיטסבורג | קליוולאנד ירושלים: דושינסקיא | שומרי אמונים | תולדות אהרן | תולדות אברהם יצחק | משכנות הרועים אנדערע: ניקלסבורג | אסטראוו | טולטשעוו | וויען |