סאטמאר
פֿון װיקיפּעדיע
צו מיינט איר די שטאט סאטמאר?
סאטמאר איז א גרויס חסידות אויף דער וועלט, זיי רעדן יידיש און פירן זיך פרום.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] די סיגוט-סאטמארער גזע
דער ערפינדער און גרונדער פון דעם סאטמארער חסידות וואס מיר ווייסן היינט איז געווען ר' יואל טייטלבוים זצ"ל.
ר' יואל זצ"ל האט געשטאמט פון דער סיגוטער גזע, וואס איז געווען א גרויס חסידות אינדערהיים און דער שטאט סיגוט ראמעניע.
זיין טאטע איז געווען ר' חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים, סיגוטער רב, דער מחבר ספר קדושת יום טוב
דער קדושת יו"ט איז געווען קודם רב אין טעטש ביז ער האט ממלא מקום געווען זיין טאטע.
דער קדושת יו"ט'ס טאטע איז געווען ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים, סיגוטער רב, דער מחבר ספר ייטב לב.
דער ייטב לב איז געווען רב אין איהעל איידער מ'האט איהם אויפגענומען פאר סיגוטער רב.
דער ייטב לב איז געווען דעא ערשטער חסידישער רבי וואס האט געפירט א ישיבה.
דעם ייטב לב'ס טאטע איז געווען ר' אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דרוביטש.
ר' אלעזר ניסן'ס טאטע איז געווען ר' משה טייטלבוים, דער ישמח משה דער איהעלער רב.
דער ישמח משה איז קודם געווען א מתנגד; נאכדעם וואס ער האט גענומען דעם אריה דבי עילאה אלס איידעם האט דער חוזה מ'לובלין איהם געמאכט פאר א חסיד.
[בעאַרבעטן] היסטאריע
סאטמאר איז א קהילה אין ניו יארק וואס איז אויפגעשטעלט געווארן דורך א גרופע אידן ובראשם הר"ר יואל טייטלבוים, דער סאטמארער רבי - סאטמאר איז א שטאט אין טראנסליוואניע ווי דער אדמו"ר איז געווען רב - נאכ'ן אנגעקומן אהין שוין נאך דער צווייטער וועלט מלחמה קיין אמעריקע, אין זיך געזעהן אהן גארנישט אויף אזוי ווייט אז מ'האט געדארפט מצרף זיין צו מנין א קטן מיט א ספר תורה האט מען אנגעהויבען צו בויען מוסדות וכו' אין נאך פיל מיה און פלאג האבן מענטשן אנגעהויבן צו קומען דאווענען אדער צום טיש קיין סאטמאר (דאן א קליין בית המדרש'ל), אויך זענען אנגעקומען אביסל אידן פון מעבר לים.
סאטמאר האט צוביסליך איינגענומען וויליאמסבורג, און געוויסע רבנים און אדמורים האבן זיך געפילט ענג און זיך אוועקגעצויגן פרייוויליגערהייט פון וויליאמסבורג, ווי האדמו"ר מקראסנא און האדמו"ר מסקווירא און האדמו"ר מקיווייאשד און נאך.
[בעאַרבעטן] קנאות
סאטמאר, באקאנט אין דער וועלט פאר איר אומ'פשרה'דיגן דרך און שטארקער אנטי-ציוניזם, איז געגרינדעט געווארן דורך רביהקוה"ט יואל טייטלבוים זיעוכי"א, זייענדיג רב אינעם שטאט סאַטמאר אין ראמעניע פאר די מלחמה.
סאטמאר'ס פשרה'לאזער וועג אין אידישקייט שטאמט פון דעם דרך פונעם חתם סופר.
סאטמאר האט באוויזן נאכ'ן קריג אין אמעריקע אויפצושטעלן אן פארצווייגטע נעץ פון מוסדות און ארגעניזאציעס פאר חינוך און געזעגשאפטליכע אינטערעסן וואס זענען היינט צושפרייט איבער דער גארער וועלט. סאטמאר ווערט היינט פאררעכנט פון די סאמע גרעסטע חסידות'ן און רבי'שע הויפן איבער דער וועלט.
[בעאַרבעטן] צדקה וחסד
א באזונדערן כח האט דער סאטמארער רבי ארינגעלייגט אין איינפלאצן די מדה פון צדקה און חסד אין זיינע חסידים, זייענדיג אליין דער לעבעדיגער מוסטער פאר זיי, ער האט פארטיילט שווערע לעגענדארישע סומעס פאר צדקה, און זיך געבארגט צו טיילן ווייטער.
דאס טיילן צדקה האט ער אויך אויסגעלערנט זיינע חסידים, ווען נאך היינט צו טאג זענע די סאטמארער פון די גרעסטע צדקה טיילער פאר יעדן צוועק.
די סאטמארער רביצין הרבנית הצדיקת אלטא פייגא ע"ה האט פארנומען דעם ארט פון די קעניגן אין די סאטמארער מלוכה, און האט געהאט א גרויסן חלק אין אויםבויען אוןו אוועק שטעלן די סאטמארער אימפעריע, ביז דאס איז אויסגעוואקסן וואס ס'איז היינט.
דער רבי און די רביצין האבן אויך געגרינדעט און אוועקגעשטעלט אומצאליגע ארגאנעזציעס וואס העלפן אידן אין אלערליי שווערע אומשטענדן, צווישן די מוסדות ווערן פאררעכענט, רב טוב, ביקור חולים, און נאך פיל אנדערע.
[בעאַרבעטן] אדמורי"ם
רבי יואל טייטלבוים זי"ע, דער מייסד פון די הייליע מוסדות, איז נסתלק געווארן אום כוא"ב (כ"ו אב) תשל"ט, און זיין ציון הקדוש אין זיין געגרינדעטע שטעטל קרית יואל, איז א פלאץ וואו מען קען טרעפן אידן פון איבער דער גארער וועלט, פון אלע שיכטן און קרייזן וועלכע קומען זיך אויסגיסן דאס הארץ ביים קבר פון דעם צדיק אמת.
נאך זיין פטירה האט איבערגענומען די הנהגה זיין פלימעניק הגה"ק רבי משה טייטלבוים זי"ע וועלכע האט ממשיך געווען מיט די הייליגע ארבייט, ווי מחזק זיין די יסודות און אזוי אויך מייסד געווען פרישע פליגל'ען צו די הייליגע תורה אימפעריע בכל קצו תבל.
רבי משה טייטלבוים זי"ע, דער מנהיג פון די סאטמארער מוסדות, איז נסתלק געווארן אום כ"ו ניסן ה'תשס"ו, און איז נטמן געווארן אינעם אוהל אין קרית יואל,
נאך זיין פטירה האט איבערגענומען די הנהגה זיין עלטסטער זון רבי אהרן טייטלבוים און זיין זון רבי זלמן לייב טייטלבוים.
[בעאַרבעטן] דרויסענדע לינקס
- היסטארישער פראטעסט אין וואשינגטאן קעגן ציונות ווערט געזען ר' זלמן לייב טייטלבוים נעבן זיין ברודער ר' אהרן טייטלבוים אויך די פאליטישע פירער פון סאטמאר: ר' בערל פרידמאן ר' סענדער דייטש ר' חיים משה שטויבער ר' אברהם ווידער ר' יוסף וואלדמאן. [1]
[2] בילדער פון רבינו זי"ע, אויך כ"א כסליו תשל"ו, און ארץ ישראל תשכ"ה.
האדמו"ר מסאטמאר |
האדמו"ר מסאטמאר |
האדמו"ר מסאטמאר |
האדמו"ר מסאטמאר |
חסידישע הויפן |
אוקראינע: אליק | ברסלב | הארנסטייפל | טאלנא | טשערנאבל | מאקאראוו | מעזשביזש | ראכמסטריווקא | רוזשין | סאווראן | סקווירא | סלאוויטע | סודילקאוו | שעפעטיווקע פוילן: אזשאראוו | איזביצע | אלעקסאנדער | אמשינאוו | אפט | אשלג | ביאלא | גור | גראדזשיסק | ווארקע | זיכלין | טשענסטכאוו |חענטשין | לעלאוו | לובלין | מאדזשיץ | נעשכיז | נאוואמינסק | סאכאטשאוו | סטריקעוו | פאריסוב | פרשיסחא | קאצק | קאזשניץ | קוזמיר | ראדאמסק | ראדאשיץ | ראדזין | שעדליץ | שעניצע | שידלאווצע מזרח-גאליציע: אלעסק | אניפאלי | בעלזא | בארדיטשוב | באיאן | בורושטין | וויזשניץ | יארעסלאוו | זידיטשוב | זינקאוו | זלאטשאוו | זוטשקע| טשערנאוויץ | טשארטקאוו | דאראג | דראביטש | הוסיאטין | קאמינקא | קאמארנע | קאפישעניץ | קאריץ | קאסאב | קאזלאוו | מאכניווקא | מאנעסטריטשע | פרעמישלאן | סאדיגורא | סאסוב | שפיקאוו | סקאליע | סקולע | סטאניסלאב | סטרעטין | סטראזשניץ מערב-גאליציע: בלאזשעוו | באבוב | דינוב | דאמבראוו | זשמיגראד | טשעטשניעב | ראפשיץ | דזישקוב | גלוגעוו | גארליץ | גריבוב | קשאנאוו | ליזשענסק | מעליץ | נאראל | פשעווארסק | ראפשיץ | צאנז | שינעווע | סטיטשין | סטריזוב | טשאקעווע וואלין: קארלין | לוצק | טריסק | זוויל ליטע: אווריטש | חב"ד | ליובאוויטש |לעכאוויטש | נעשכיז | פינסק-קארלין | סטראשעליע | סלאנים | קאפוסט | קארלין-סטאלין | קאברין | קוידאנאוו רומעניע: באהוש | דעעש | וואסלוי | טעמישוואר | סאטמאר | סאסערגען | סוליץ |סיגוט | סערעט | סערעט-וויזשניץ | סקולען | ספינקא | פאלטיטשאן | קערעסטיר | קלויזענבורג | ריבניץ | שאץ | שטעפענעשט אונגארן: בערעגסאז | חוסט | קאלעוו | קאשוי | קאסאן | קרעטשעניף |ליסקע | מאטעסדארף | מאקעווע | מאשלוי | מונקאטש | מוזשיי | נאדווארנע | נאסויד | נייטרא | פאפא | ראחוב | ראצפערט |סטראפקעוו | טאהש אמעריקע: באסטאן | מילוואקי | פיטסבורג | קליוולאנד ירושלים: דושינסקיא | שומרי אמונים | תולדות אהרן | תולדות אברהם יצחק | משכנות הרועים אנדערע: ניקלסבורג | אסטראוו | טולטשעוו | וויען |