See also ebooksgratis.com: no banners, no cookies, totally FREE.

CLASSICISTRANIERI HOME PAGE - YOUTUBE CHANNEL
Privacy Policy Cookie Policy Terms and Conditions
יוזל – װיקיפּעדיע

יוזל

פֿון װיקיפּעדיע

ישו הנוצרי אדער יאשקע איז דער קריסטליכער גרינדער, געבוירן אין נצרת און אזעלכע זאגן אין בית לחם אין ארץ ישראל, איז דער קריסטליכער גרינדער.

אינהאַלט

[בעאַרבעטן] זיין שטעלע

לויט די קריסטליכע טעאלאגיע איז ער געוועזן דער זון פון גאָט און אויך דער בן-אדם. אויך גלויבן זיי אז ער איז געוועזן משיח בן דוד.

[בעאַרבעטן] זיין גרויסקייט

די קריסטן זאגען אז ישו איז געוועזן א רודף שלום, און זיי דערציילן אז ער האָט געפּראַװעט פֿאַרשיידענע מופֿתים,װי צ.ב.ש. ער האָט מחייה מתים געװען און ער איז געגאַנגען אויף דעם וואסער ביים כנרת.

[בעאַרבעטן] ישו אין דברי חז"ל

אין גמרא (מסכת סוטה מז.) ווערט געבראכט אז ישו איז געוועזן א תלמיד ביי רבי יהושע בן פרחיה, און ער איז אפגעפארן פון יידישן וועג. לויט דער גמרא איז ער געווען א ממזר, זיין מאמע האט געהייסן מרים, זיין טאטע איז געווען א סאלדאט אין די רומישע ארמיי, זיין מאמע'ס יידישער מאן האט געהייסן פפוס. די גמרא זאגט אויף איהם ער איז געוען א מסית און מדיח, דאס הייסט ער האט אראפגעפירט יודען פון יודישקייט אין זיי צוגערעדט דינען די עבודה זרה. און די קריסטן טענן אז מרים האט געשוואנגערט אן א מאן.

לויט געוויסע אידישע היסטאריקער רעדט די גמרא פון אן אנדערע ישו, וויבאלד רבי יהושע בן פרחיה איז געווען ארום 100 יאר פריער פאר עכטער נוצרי, אין יענע צייטן איז געווען אסאך וואס האבן געהייסן מיט דעם נאמען.

לויט דער אידישער מסורה האט פפוס אפגעשפארט זיין פרוי מרים אין הויז, זי האט נישט געטארט רעדן צו קיינעם, נישט ארויסגיין אין ערגעץ, דאס האט געברענגט דערצו אז זי זאל זינדיגען מיט א פרעמדן גוי.

די אידן האבן ג'חזר'ט דעם פסוק אין פרשת ראה בנים אתם לה' אלהיכם, משה רבינו האט געזאגט פאר אלע אידן איהר אלע זענט קינדער פון גאט, עס איז נישט דא בלויז איין קינד פון גאט. דעריבער שרייען אידן אין די בתי מדרשים שמע ישראל ה' אחד, אידן האבן בלויז איין גאט נישט קיין צוויי.

[בעאַרבעטן] זיין שטארבן

די יודישע חכמים האבן איהם דן געווען אז ער מאכט כישוף און איז מסית ומדיח יודן פון זייער גלויבן, מען האט געשטעלט א בית דין, געברענגט עדות, דערנאך האט מען פערציג טעג גערופן ווער עס קען אפפרעגן דעם פסק פון בית דין זאל קומען, קיינער איז נישט געקומען, האט מען איהם געכאפט און אין איבערגעגעבן אין די הענט פון רומאים, וויבאלד די אידן האבן נישט געטארט דעמאלטס הרג'ענן נאר די גוים. די רומאים האבן אים געהארגעט און געקרייצט ווי א צלם.

אין אַנדערע שפראַכן


aa - ab - af - ak - als - am - an - ang - ar - arc - as - ast - av - ay - az - ba - bar - bat_smg - bcl - be - be_x_old - bg - bh - bi - bm - bn - bo - bpy - br - bs - bug - bxr - ca - cbk_zam - cdo - ce - ceb - ch - cho - chr - chy - co - cr - crh - cs - csb - cu - cv - cy - da - de - diq - dsb - dv - dz - ee - el - eml - en - eo - es - et - eu - ext - fa - ff - fi - fiu_vro - fj - fo - fr - frp - fur - fy - ga - gan - gd - gl - glk - gn - got - gu - gv - ha - hak - haw - he - hi - hif - ho - hr - hsb - ht - hu - hy - hz - ia - id - ie - ig - ii - ik - ilo - io - is - it - iu - ja - jbo - jv - ka - kaa - kab - kg - ki - kj - kk - kl - km - kn - ko - kr - ks - ksh - ku - kv - kw - ky - la - lad - lb - lbe - lg - li - lij - lmo - ln - lo - lt - lv - map_bms - mdf - mg - mh - mi - mk - ml - mn - mo - mr - mt - mus - my - myv - mzn - na - nah - nap - nds - nds_nl - ne - new - ng - nl - nn - no - nov - nrm - nv - ny - oc - om - or - os - pa - pag - pam - pap - pdc - pi - pih - pl - pms - ps - pt - qu - quality - rm - rmy - rn - ro - roa_rup - roa_tara - ru - rw - sa - sah - sc - scn - sco - sd - se - sg - sh - si - simple - sk - sl - sm - sn - so - sr - srn - ss - st - stq - su - sv - sw - szl - ta - te - tet - tg - th - ti - tk - tl - tlh - tn - to - tpi - tr - ts - tt - tum - tw - ty - udm - ug - uk - ur - uz - ve - vec - vi - vls - vo - wa - war - wo - wuu - xal - xh - yi - yo - za - zea - zh - zh_classical - zh_min_nan - zh_yue - zu -