טשעכאסלאוואקיי
פֿון װיקיפּעדיע
טשעכאסלאוואקיי (טשעכיש און סלאוואקיש: Československo; נאך 1990: Česko-Slovensko) איז געווען סואווערענער שטאט אין צענטראל אייראפע פֿון אקטאבער 1918 (ביים פראקלאמירן איר אומאפהענגיקייט פון דער עסטרייכער-אונגארישער אימפעריע) ביז 1992 (מיט א גלות רעגירונג אין דער צווייטער וועלט מלחמה פעריאד). אום 1 יאנואר, 1993, האט טשעכאסלאוואקיי צעשפאלטן פֿרידלעך אויף טשעכיי און סלאוואקיי.
[בעאַרבעטן] גרונטיקע אינפארמאציעס
שטאַט:
- 1918–1938: א דעמאקראטישע רעפובליק
- 1938–1939: נאכן אנעקסירן פֿון סודעטנלאנד דורך דייטשלאנד אין 1938 געווארן א שטאַט מיט לויזע פארבינדונגען צווישן טשעכישע, סלאוואקישע און רוטענישע טיילן. א גרויסער פאס פון דרום סלאוואקיי און רוטעניע האט אונגארן אנעקסירט, און פוילן האט גענומען די זאאלזי ראיאן.
- 1939–1945: צעשפאלטן למעשה אויף פראטעקטאראט פון בעהמען און מעהרן און די סלאוואקישע רעפובליק. לעגאליש איז טשעכאסלאוואקיי נאך געווען א לאנד מיט א גלות רעגערונג אין לאנדאן געשטיצט פון די מערב אליאירטער, נאך דער דייטשער אינוואזיע פון רוסלאנד אויך אנערקענט פון דעם סאוויעטן פארבאנד.
- 1945–1948: א לאנד רעגירט מיט א קאאליציע ווען קאמוניסטישע מיניסטארן (כולל דעם פרעמיער מיניסטער און דעם אינערן מיניסטער) שפילן הויפט ראלעס
- 1948–1989: א קאמוניסטיש לאנד מיט א פלאנירטער עקאנאמיע (פֿון 1960 אפֿיציעל א סאציאלישטישע רעפובליק):
- 1969–1990: א פֿעדעראלישע רעפובליק באשטייענדיג פֿון דער טשעכישער סאציאליסטישער רעפובליק און דער סלאוואקישער סאציאליסטישער רעפובליק;
- 1990–1992: א פֿעדעראלע דעמאקראטישע רעפובליק באשטייענדיג פֿון דער טשעכישער רעפובליק און דער סלאוואקישער רעפובליק
ארומיגע לענדער: דייטשלאנד (1945–1990: מערב דייטשלאנד און מזרח דייטשלאנד), פוילן, פֿון 1945 סאוויעטן פארבאנד (1992: אוקריינע), רומעניע (ביז 1939), אונגארן, עסטרייך