זון סיסטעם

פֿון װיקיפּעדיע

די זון סיסטעם באשטייט פון דער זון און די אנדערע הימלישע אביעקטן וואס זענען געבונדן צו איר דורך גראוויטאציע: די אכט פלאנעטן, זייערע 166 באוואוסטע לבנות,[1] דריי קארליק פלאנעטן (צערעס, פלוטאן, און עריס מיט זייערע פיר באוואוסטע לבנות), און ביליאנען קליינע קערפער. די לעצטע קאטעגאריע שליסט איין אסטערוידן, קופער פאס אביעקטן, קאמעטן, מעטעארוידן, און צווישנפלאנעטיש שטויב.

די זון סיסטעם, לויט וויפיל מ'פארשטייט, באשטייט פון דער זון, פיר ערדישע אינעווייניקסטע פלאנעטן, דער אסטערויד פאס וואס געהערט פון שטיינער, פיר גאז ריז אויסערווייניקסטע פלאנעטן, און א צווייטער פאס, דער קופער פאס, וואס איז צונויפגעשטעלט פון אייזיקע קערפער. ווייטער פונעם קופער פאס איז דא נאך אייזיקער מאטריאל וואס די אסטראנאמען פארשטייען נישט גוט.

לויטן סדר פון ווייטקייט פון דער זון, זענען די ערדישע פלאנעטן:

די אויסערווייניקסטע גאז ריזן זענען:

די דריי קארליק פלאנעטן זענען:

  • צערעס, דער גרעסטער קערפער אינעם אסטערויד פאס;
  • פלוטאן, דער גרעסטער קערפער אינעם קופער פאס; און
  • עריס, דער גרעסטער פון די קארליק פלאנעטן, וואס ליגט הינטער דעם קופער פאס.

זעקס פון די אכט פלאנעטן און צווי פון די קארליק פלאנעטן האבן נאטירלעכע סאטעליטן וואס ארביטן ארום זיי. מען רופט די סאטעליטן"לבנות" נאך דער ערד'ס לבנה, און יעדער איינער פון די אויסנווייניקסטע פלאנעטן איז ארומגענומען מיט פלאנעטישע רינגען פון שטויב און אנדערע פארטיקלען. אחוץ דער ערד, האבן אלע פלאנעטן נעמען פון גריכישע און רוימישע געטשקעס.