ווינצענט וואן גאך
פֿון װיקיפּעדיע
ווינצענט וואן גאך (Vincent Willem van Gogh) (מארץ 30, 1853 - יולי 29, 1890.) איז געווען איינער פון די וועלטס מערסטע באקאנטסע מאלערס וואס זיינע ווערק ווערן פאררעכענט ווי די טייערסטע נאך היינט צוטאגס. ער האט געוואוינט אין האלאנד.
קודם אין פריען טייל פון זיין לעבן האט ער פארברענגט אלס ארבעטער אין א קונסט האנדל פירמע, דערנאך איז ער געווען א לערער פאר א קורצער וויילע, און דערנאך איז ער געווען א מיסיאן'ער אין אן ארימער מינעריי געמיינדע. ער האט זיך נישט אריינגעלאזט אין מאלעריי נאר ערשט די לעצטע צעהן יאר פון זיין לעבן, אין 1880.
ער האט פראדוצירט מער ווי 2000 ווערק שטיק. אריינגערעכענט 900 געמעלן און 1100 צייכענונגען.