קרויט
פֿון װיקיפּעדיע
קרױט איז אַ מין פֿון גרינס. דאָס קרױט שטאַמט פֿון אײראָפּע אָבער הײַנט איז עס פֿאַראַן אױף דער גאַנצער װעלט. קרױט איז זײער אַ באַליבטער גרינס אין דער ייִדישער קיך און אין אַנדערע קיכן פֿון אײראָפּע. צוליב זײער הויכער אינהאַלט פֿון שװעבל, אָפֿט באַקומט מען גאַז אין געדערים (פֿאָרצן) נאָכן עסן. קרױט איז זײער געזונט און האָט װײניק קאַלאָריִעס - און צוליב דעם ראָטן װיסנשאַפֿטלערס צו עסן קרױט פֿאַר דיִעטעס.