פראנז שובערט
פֿון װיקיפּעדיע
פראנץ שובערט איז אן עסטרייכישער קאמפאזיטאר פון קלאסישע מוזיק, פון די ראמאנטיק פעריאדע.
געבוירן איז ער, דעם 31סטן אין יאנואר, 1797, און איז געשטארבן דעם 19'טן נאוועמבער 1828. שובערט האט פערפאסט אריבער 600 לידער, די אממערסטן באקאנטע זענען זיינע 7 פולקאמע סימפאניעס און די 8'טע וועלכע איז געבליבן אומפארטערטיגט, און טראגט טאקע דעם זעלטענעם נאמען, "די אומגעפארטיגטע סימפאניע", וועלכע איז א שם דבר אין די קלאסישע מוזיק, מיט אירע רייכע הארציגע מעלאדיעס און סטרונעס.
פון אלץ גאר יונג קינד האט שובערט אנגעהויבן שפילן אויף די וויאלע. יעדן זונטאג פלעגט ער שפילן אינאיינעם מיט זיינע ברידער מיט זייער פאטער. ער איז אויך צוגעצויגן געווארן צו אנטאניע סעליערי, וועלכער איז געווען פון די ריזן קאמפאזירער אין זיינער צייט.
ס'זענען פאראן אזעלכע וועלכע זעען אין שובערט ווערק, אז ער האט נאכגעפאלגט די שטריכן פון מייסטער בעטהאווען, וועלכער איז געווען עטוואס פאר אים. אין 1822 האט זיך שובערט געטראפען מיט בעטהאווען און קארל מאריע פאן וועבער, און ס'איז פאראן א נאטע אין וועלכן בעטהאווען שרייבט איבער דעם געניאל און וואונדערקינד וואס באזיצט שובערט.