ליניארע אלגעברע
פֿון װיקיפּעדיע
ליניארע אלגעברע איז אן אפצווייג פון אלגעברע וואס באהאנדלט וועקטארן, וועקטאר ערטער, ליניארע מאפן, מאטריצן און גלייכונגען סיסטעמען. וועקטאר ערטער זענען א צענטראלע טעמע אין מאטעמאטיק, למשל שפילט ליניארע אלגעברע א גרויסע ראלע אין אבסטראקט מאטעמאטיק און אויך אין פונקציאנאלן אנאליז. זי האט אויך ברייטע אפווענדונגען סיי אין נאטירליכער וויסנשאפט סיי אין סאציאלער וויסנשאפט
[בעאַרבעטן] געשיכטע
די געשיכטע פון מאדערנער ליניארער אלגעברע הייבט אן אין די יארן 1843 און 1844. אין 1843 האט וויליאם ראוואן האמילטאן (וואס האט באשטימט דאס ווארט וועקטאר) פארגעשטעלט די אלגעברע פון „קוואטערניאנען".