ביג בענג
פֿון װיקיפּעדיע
דער ביג בענג (גרויסער קנאק) איז פיזיקאלישער קאסמאלאגישער טערמין, וואס האט 2 הויפט מיינונגן. עס איז א קאסמאלאגישער מאדעל אין וואס דער אוניווערס האט זיך געטאן אויסברייטערן פאר א צירקע 13.7 ביליאן יאר, אנהייבענדיג זיך פון א מעכטיגען געדעכט און הייסער שטאנד.
דער טערמין איז אויך באנוצט אין א שמעלערען זין פון ווארט צו אראפמאלן טאקע אט די פאנדעמענטאלע "פייער-קנויל" וואס האט אויסגעפלאצט ביים אנהייב אדער נאנט צום אנפאנג פון צייט אין די היסטאריע פון דעם אוניווערס.
אבזערוואציענאלע באווייזען פון די קאסמאלאגיע וואס טוט עדות זאגן איבער דעם געשעניש פון א ביג בענג טוט אריינרעכענען די אנאליזען אויף די ספעקטרום פון ליכטיגקייט פון די גאלאקסיס, וואס טוט ווייזן א ריקונג צום ריכטונג פון לענגערע וועוולענטס פרפארציאנאל צו יעדעס גאלעקסי'ס דיסטאנץ אין א שייכות אראפגעמאלן אין האבל'ס געזעץ. קאמבאנירט מיט די השערה און אנעמונג אז די אבזערווירער לאקירט איבעראל ווי נאר אין די אוניווערס וואלטן געמאכט ענדליכע אבזערוואציעס (די קאפערניקען פרינציפ), דאן טוט זיך דאס איינגעבן אז די ספעיס זעלבסט טוט זיך אויסברייטערן. עקסטראפאלאציע פון די דאזיגע אויסברייטערונג צוריק ציוועגס אין צייט, שטעלט אונז אוועק א שטאנד אין די ווייטער פארגאנגענהייט אין וואס די יוניווערס איז געווען אין א שטאנד פון געוואלדיגע געדעכטקייט און טעמפראטור. די הייסע, געדעכטע שטאנד איז דער שליסל פרעמיס פארן ביג בענג.
טעראטישע אונטערשטיצע פארן ביג בענג קומט פון מעטאמאטישע מאדעלען, וואס ווערט אנגערופען פרידמאן מאדעלס, וואס צייגן אז די ביג בענג איז נאכאנאנד אייניג געשטימט מיט די גענעראל רעלאטיוויטי און מיט די קאסמאלאגישע פרינציפ, וואס זאגן אז די פראפערטיס פון די יוניווערס מוז זיין זעלבסטשטענדיג פון די פאזיציע אדער אריענטאציע.
די טעאריע פון ביג בענג ניוקליעאסטעזע טוט פאראויסזאגן די ראטעס אויף וואס די פארשידענע ליכטיגקייט עלעמענטן זענען באשאפן אין מאדעלן פון די ערשטע פאזען און די פריע אוניווערס און געבט רעזולטאטן וואס זענען אין גענעראל אייניג שטימענד נאכאנאנד מיט די אבזערוואציעס.
די ביג בענג מאדעל טוט אויך פאראויסזאגן די קאסמישע מייקראוועיוו אונטערגרונט ראדיאציע, אן אונטערגרונט פון שוואכע מייקראוועיוו ראדיאציע וואס פילט אן די גאנצע אוניווערס.
די ערפינדונג פון קאסמישע מייקראוועיוו אונטערגרונט ראדיאציע אין 1964 האט געפירט צו א זשענעראלע אנעמונג צווישן פיזיקיסטס אז דער ביג בענג איז דער בעסטער מאדעל פון די אריזשין און עוועלוציע פון די יוניווערס.