מאטריאל
פֿון װיקיפּעדיע
מאטריאל איז די רויע מאטריאלן אין פיזיקס. (לשון קודש: חומר ייוו"א יידיש: מאטעריע. ענגליש: Matter) דאס איז מערסטענס דעפענירט אלס דער סובסטאנץ פון פיזיקאלע אביעקטן זענען צאמגעשטעלט, נישט אריינרעכענדיג די צוגעבונג פון פארשידענע ענערגיע אדער קראפט-פעלדער, וואס זענען נישט געווענליך באטראכט צו זיין מאטריאל פאר זיך אליין'ס (כאטשיג דאס טוט ביישטייערן צום מאסע פונעם אביעקט).
מער געפארטיגטע און גאנצע מאטריאלן ווערן גערופן שטאף.
חומר טוט פארשטעלן מיט זיך רוב פון די אבזערווירבארע אוניווערס, כאטשיג ליכטיגקייט איז נארמאל נישט באטראכט ווי חומר.
חומר איז די שטאף פון וואס אלעס פיזיש איז צאמגעשטעלט, און אירע באשטאנדטיילן זענען פון כעמיקאלע סובסטאנצן. וואס דאס זענען צאמגעשטעלט פון אטאמען, וואס זיי זענען צאמגעשטעלט פון פראטאנס, ניוטראנס און עלעקטראנס. אין דעם וועג איז חומר אין קאנטראסט פון ענערגיע.
און פיזיקס איז דאס אבער נישטא קיין קלארע קאנסענסוס וואס דאס מיינט און די סייענטיסטן באנוצען זיך נישט מיט דעם טערמין געוויינליך.
אין רעליגיע און אין טעאלאגיע איז חומר אנגערופן גשמיות אדער מאטיריאליסטיש, עס איז באטראכט אלס דער נעגעטיווער קאנטראסט פון רוחניות העכערקייט.