אונגאריש
פֿון װיקיפּעדיע
אונגאריש (אויף אונגאריש: magyar - מאַדזיאַר) איז א פֿינא-אוגרישע שפראך וואס מען רעדט אין אונגארן און אויך אין זיבן לענדער לעבן אונגארן וואו ס'וואוינען דארט אסאך אונגארישע. אנדרעש ווי רוב אייראפעישע שפראכן, געהערט אונגאריש נישט צו דער פאמיליע פון אינדא-אייראפעישע שפראכן.
פון די 14.5 מיליאן מוטער-שפראך רעדערס פון אונגאריש, וואוינען בערך 10 מיליאן אין אונגארן, און 1.4 מיליאן אין רומעניע (וואס איז כולל א שטח פון דעם קעניגרייך פון אונגארן פון פאר'ן ערשטן וועלט קריג). אחוץ דעם זענען דא אונגאריש רעדערס אין סלאוואקיי, סערביע, אוקראינע, קראאטיע, עסטרייך און סלאוועניע.
[בעאַרבעטן] געאגראפישע פארטיילונג
אין די פאלגענדע לענדער רעדט מען אונגאריש אלס מוטער-שפראך:
לאנד | רעדערס |
---|---|
אונגארן | 10 מיליאן (צענזוס 2001) |
רומעניע (בעיקר זיבנבורגן) |
1,443,970 (צענזוס 2002) |
סלאוואקיי | 520,528 (צענזוס 2001) |
סערביע (בעיקר וואויוואדינע) |
293,299 (צענזוס 2002) |
אוקראינע (בעיקר זאקארפאטיע) |
149,400 (צענזוס 2001) |
פאראייניקטע שטאטן | 117,973 (צענזוס 2000) |
קאנאדע | 75,555 (צענזוס 2001) |
ישראל | 70,000 |
עסטרייך (בעיקר בורגנלאנד) |
22,000 |
קראאטיע | 16,500 |
סלאוועניע | 9,240 |
Total | 12-13 מיליאן |
- מקור: נאציאנאליע צענזוסן, עטנאלאג
וויקיפּעדיע אויף אונגאריש |
אפיציעלע שפראכן פונעם אייראפעישן פארבאנד
|
---|
אונגאריש · איטאליעניש · איריש · בולגאריש · גריכיש · דייטשיש · דעניש · האלענדיש · טשעכיש · ליטוויש · לעטיש · מאלטעזיש · סלאוואקיש · סלאוועניש · ענגליש · עסטיש · פארטוגעזיש · פויליש · פיניש · פראנצויזיש · רומעניש · שפאניש · שוועדיש |