היסטאריע
פֿון װיקיפּעדיע
געשיכטע אדער היסטאריע (אויף לשון קודש הייסט דאס דברי הימים) איז די שטודיע אדער סתם א דערציילונג איבער דעם מענטשנס לעבנסשטייגער אין דער פארגאנגענהייט. די געשיכע איז געהיטן געווארן איבערהויפט דורך געשריבענע ביכער. די וואס שטודירן היסטאריע הייסן היסטאריקערס.
אלע פאסירונגען וואס זענען געשריבן אדער געהיט אין וואסארא פארמאט געהערן צו דער היסטארישער באשרייבונג.
אמאל האט מען פארעכנט היסטאריע אין די גייסט וויסנשאפט קלאסיפיקאציע, אבער אין די מאדערנע אקאדעמיע ווערט דאס מער און מער היינט פארעכנט אין די סאציאל וויסנשאפט קלאפיקאציע, איבערהויפט ווען דער פאקוס איז כראנאלאגיש.
געשיכטע קען אויך מיינען א מעשה וואס איז מער א דערציילונג פון אמאל אין די געשיכטע, ווי למשל איבער וואסער טרעגערס און פערד און וואגן. וואס איז שוין היינט נישט שייך, אדער אפילו חסידישע ערציילונגן פאר פרייע וואס גלייבן נישט אין מופתים אז מען פארציילט זיי א געשיכטע פון בעש"ט מיט אלטמאדישע פאנאטישע באגריפן ווי קפיצת הדרך וואס אלע האבן דערין געגלייבט אין יענע צייטן רופען זיי דאס אן א געשיכטע.
[בעאַרבעטן] עטימאלאגיע
דאס ווארט היסטאריע שטאמט פון גריכיש ιστορία היסטאריא.