IP אדרעס
פֿון װיקיפּעדיע
איי פי (IP - Internet Protocol) אדרעסע איז דער אדרעסע פון יעדן באזנודערן קאמפיוטער אויף א קאמפיוטער נעטווארק וואס ניצט די IP סיסטעם פאר קאמפיוטער נעאטווארקס. די אינטערנעט ניצט די IP סיסטעם.
א יעדע מאשין וואס נעמט טייל אין א קאמפיוטער נעווארק וואס ניצט IP - צום ביישפיל קאמפיוטערס, פרינטערס, טעלעפאוןס, אדער ראוטערס - האט אן IP אדרעסע.
מען קען דאס באטראכטן ווי א היים אדרעסע אדער טעלעפאון נומער.
אן IP אדרעסע קען זיין אז עס זאל אויסקוקען ווי עס געהערט צו מעהר ווי איין מאשין דורך א פראקסי אדער ראוטער וואס טוט נעט.
IP אדרעסעס איז פארוואלטעט דורך די אינטערנעט אסיינד נומבערס אוטארעטי זיי געבן ארויס גאנצע שטיקער IP אדרעסן צו קלענער פארוואלטערס פון וועלטליכע געגענטער און די געבן דאס פאר גרויסע ביזנעסער אדער ISP.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] ווערסיעס פון IP
עס זענען היינט דא צוויי ווערסיעס פון IP אין באניץ, IP ווערסיע 4 און IP ווערסיע 6, עס איז דא אסאך חילוקים אין די צוויי, און צוליב דעם וואס ווערסיע פיר ווערט מעהר באנוצט איז ווען מען זאגט סתם IP מיינט דאס ווערסיע פיר.
[בעאַרבעטן] IP ווערסיע 4
עיקר ארטיקל: IP ווערסיע 4
IP ווערסיע 4 ניצט נאר 32 ביטס (פיר בייטס) פאר אדרעסעס, און איז דערפאר איינגעצוימט צו 4,294,967,296 (232) מעגליכע אדרעסען. עס זענען אבער דא אדרעסען וואס זענען צוגעטיילט ספעציעל פאר פריוואטע אדרעסן (בערך 18 מיליאן אדרעסען) און צו אויסרופען (Multicast) אדרעסן (בערך 270 מיליאן אדרעסען). די אלע זאכן צוימן איין די וואוקס פון די אינטערנעט, IP ווערסיע 6 וועט דעריבער איבערנעמען.
א משל פון אן IP ווערסיע 4 אדרעסע: 127.0.0.1 דאס הייסט א Loopback (פירצוריק) אדרעס און פירט אלעמאל צוריק צו די אייגענע קאמפיוטער.
[בעאַרבעטן] IP ווערסיע 6
עיקר ארטיקל: IP ווערסיע 6
IP ווערסיע 6 איז די נייע סיסטעם פון IP. ווינדאוס וויסטא, מעק או עס X האבן דאס אריינגעבויט אין זיך. אויך אסאך ווערסיעס פון לינוקס האבן דאס אריינגעבויעט. אן IP אדרעסע פון ווערסיע 6 איז 128 ביטס (16 בייטס) וואס אפילו מען זאל ארויסגעבן מיט אביסל אן איבערגעטריבענע מאס, קוקט נישט אויס אז עס זאל א מאנגל אין די נאנטע צונקופט. עס קומט אויס אז עס איז מעגליך דרוך דעם צו האבן 2128 אדער בערך 3.403 × 1038 אדרעסן.
[1] איין פארשער האט געזאגט אויף דעם אז עס קומט אויס אז עס וועט זיין בערך 5000 אדרעסן פאר יעדע מעטער פון די ערדס פלאך. דאס מאכט דאס גענוג און נאך פאר די צונקונפט כאטש א יעדע סעל פאון און קארס און אנדערע פרעזענליכע מאשיןען וועלן ניצען די אינטערנעט.
משל פון IP ווערסיע 6 אדרעסע: 2001:0db8:85a3:08d3:1319:8a2e:0370:7334
[בעאַרבעטן] IP אדרעסן אין אייראפע
אנדערש ווי אין אמעריקע איז די IP אדרעסע אין אייראפע פאררעכנט אלס א פריוואטע אינפארמאציע און אלס אזעלכעס איז נישט ערלויבט פאר קיינעם ארויסצוגעבן די IP אדרעסע פון אן אנדערען.[פֿעלט אַ מקור]
[בעאַרבעטן] דרויסענדע לינקס
- נאך אינפארמאציע אויף דיין אייפי מידע על כתובתי
- מיין ip
- צו מברר זיין דיין אייגן אייפי אדרעס כתובת ה־IP שלי
- נאך אינפארמאציע אויף דיין אייפי מידע על כתובתי