קענסער
פֿון װיקיפּעדיע
קענסער (אויך ראַק, קאַנסער, קרעפס) איז אַ מין קראַנקייט וואָס איז פֿאַרבונדן מיטן ניט־קאָנטראָלירטן צעטיילן זיך פֿון קעמערלעך (cells, צעלן). יענע קעמערלעך קענען אַרײַנדרינגען אין אַנדערע געוועבן (tissues), אָדער דורכן גלײַך אַרײַנוואַקסן אין שכנותדיקן געוועב אָדער דורכן איבערגעפֿלאַנצט ווערן אין אַנדערע ערטער דורך פֿאַרשפּרייטונג (מעטאַסטאַסיס, metastasis), מיט וועלכן די קאַנסער־קעמערלעך ווערט געפֿירט דורכן בלוט אָדער לימפֿע(lymph)־סיסטעם. דער קאַנסער מעג באַווירקן אויף מענטשן פֿון יעדן עלטער, נאָר די ריזיקע סכּנה ווערט גרעסער מיטן עלטער ווערן. ס´איז איינע פֿון די הויפּט טויט־סיבות אין די אַנטוויקטלע רײַכערע לענדער.
פֿאַראַן פֿאַרשיידענע מינים ראַק. די שווערקייט פֿון די סימפּטאָמען ווענדט זיך אינעם אָרט און טיפּ בייזוווּקס (malignancy), און אין דעם, צי דער קאַנסער האָט זיך שוין פֿאַרשפּרייט. פֿאַר אַ באַשטימיקן דיִאַגנאָז דאַרף מען צוקומען צו אַ פּאַטאָלאָג. דאָס געוועב (tissue) באַקומט מען דורך אַ ביאָפּסיע (מוסטער פֿון אַ לעבעדיקן מענטש) אָדער כירורגיע (מוסטער דורך אַן אָפּעראַציע). נאָכן שטעלן דעם דיִאַגנאָז, באַהאַנדלט מען דעם קאַנסער מיט אַ קאָמבינאַציע כירורגיע, כעמאָטעראַפּיע און באַשטראַלונג־טעראַפּיע (radiotherapy, ד"ה טעראַפּיע מיט באַשטראַלונג).
וואָס ווײַטער אַנטוויקלט זיך די וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונג, אַלץ מער ספּעציפֿיש ווערן די באַהאַנדלונגען לויטן טיפּ קאַנסער. פֿאַר אַ סך מיני ראַק זײַנען שוין פֿאַראַן רפֿואות וואָס צילעווען ספּעציפֿישע קאַנסערס.
אומבאַהאַנדלטערהייט קענען קאַנסערס דערפֿירן צו קראַנקייט און טויט, כאָטש ניט אין יעדן פֿאַל.
דאָס ניט־רעגולירטע צעוואַקסן זיך וואָס איז כאַראַקטעריסטיש פֿאַר קאַנסער ווערט אַרויסגערופֿן דורכן שאָדן צו די־ען־איי, וואָס דערפֿירט צו מוטאַציעס (mutations) אין גענעס (genes) וואָס קאָדירן די פּראָטעיִנען (proteins) וואָס קאָנטראָלירן די קעמערלעך־ (צעלן־)צעטיילונג. אַ סך מוטאַציעס קענען זײַן נייטיק צו פֿאַרוואַנדלען אַ נאָרמאַל קעמערל אין אַ בייזוווּקסיק (malignant) קעמערל. די מוטאַציעס קענען אַרויסגערופֿן ווערן דורך כעמיקאַלן אָדער פֿיזישע גורמים וואָס הייסן קאַרצינאָגענען (carcinogens), דורכן אויסגעשטעלט ווערן אויף ראַדיִאָאַקטיווע מאַטעריאַלן, אָדער געוויסע ווירוסן וואָס קענען אַרײַנגעבן זייער די־ען־איי אין מענטשלעכן גענאָם. די מוטאַציעס קענען געשען סתּם, אָדער קענען איבערגעגעבן בירושה דורך מוטאַציעס אין די אייער־ אָדער זרע־די־ען־איי.
אַ סך פֿאָרמעס קאַנסער זײַנען פֿאַרבונדן מיט סבֿיבֿהדיקע פֿאַקטאָרן ווי למשל טאַבעק־רויך, באַשטראַלונג, אַלקאָהאָל און געוויסער ווירוסן. כאָטש טייל אַזוינע קען מען אויסמײַדן, איז ניטאָ קיין אופֿן אין גאַנצן צו פֿאַרמײַדן די קראַנקייט, און פֿאָלקסגעזונט־פּראָגראַמען (ווי צ"ב וואַקצינירונג) זײַנען וויכטיק איבער דער וועלט.
עס איז א ביטערע קראנקהייט וואס באטרעפט יעדן אין אלע יאר גאנגן, אין פארשידענע טיילן פון קערפער און איז דער גרעסטער מיטל פון טויטן.
צוליב איר גרויזאמע פאלגן רופט מען דאס אן יענע מחלה אדער יענע מעשה.