ציגארעט
פֿון װיקיפּעדיע
ציגארעט איז א פראדוקט וואס ווערט פארויכערט און אויפגענוצט דורך רייכערן און מאניופאקצירט פון אויסגעארבייטע און געשניטענע טאבאקא בלעטער, וואס זענען קאמביאנירט מיט אנדערע אדיקטיווע סובסטאנצען, דאן איז דאס צאמגעדרייט און אנגעשטאפט אריין אין א פאפירענער - בינטל צילינדער (געוויינליך ווינציגער ווי 120 ממ אין לענג און 10 ממ אין דייאמעטער).
די ציגארטעליך ווערן אונטערגעצינדן פון איין עק און אזוי ארום ערמעגליכט צו ברענען פאר די ציל פון אריינציען און אריינאטעמען איר רויך פון די אנדערע זייט ציגארעטל וואס ליגט געוויינלך אין מויל (דורך א פילטער), טייל איז דאס אויך אין מויל דורך א ציגארעט האלטער ווי למשל פסח וועגן חשש חמץ פון די פילטערס.
רוב מאל ווען די אלגעמיינער עולם רעדט פון ציגארעטל רייכערן איז דאס טאקע מייסטענס פשוט'ע טאבאקא. אבער פיל מאל בעיקר די איגענטליכע ווען זיי רייכערן קען דאס אנטהאלטן אנדערע געוויקסן ווי הערבס אזויליכע ווי קאנאביס.
ציגארעטליך זענען אויפגעוויזן לויט אלע דאקטוירים אלס זייער אדיקטיוו, ווי אויך דער גורם צו פארשידענע סארטן קענסער, הארץ פראבלעמן, אטעמען קראנקהייטען, צירקולאציע קראנקהייטן, און געבורט אפעקטירונגן.
א ציגארעטל איז אנדערשט ווי א ציגאר מיט דאס וואס עס איז פשוט קלענער, און אויך איר ווייסער רעפ, און דאס וואס עס האט געוויינליך פראצעסירט בלעטער.
ציגארס זענען טיפיש צאמגעשטעלט פון גאנצעטע טאבאקא בלעטער.