סט פאנקראס באן סטאנציע
פֿון װיקיפּעדיע
סט פאנקראס באן סטאנציע איז א הויפט סטאנציע וואס געפינט זיך אין דער סט פאנקראס געגנט פון צענטראל לאנדאן, צווישן דער נייער בריטישער ביבליאטעק צו מערב און קינגס קראס באן סטאנציע צו מזרח. באזונדערע שטחים אין דער סטאנציע זענען אפגעגעבן צו באנען קיין מזרח מידלאנדס, קענט, קאנטינענטאלע אייראפע (סט פאנקראס אינטערנאציאנאל) און דער אריבער-שטאט "טהעמסלינק" ליניע (סט פאנקראס נידעריק ניווא).
די סטאנציע איז דער טערמינוס (סוף-סטאנציע) פון דער מידלאנד הויפטליניע פון לאנדאן אין די מזרח מידלאנדס שטעט לעסטער, נאטינגהאם, דארבי און שעפילד; דער היינטיקער אפעראטאר פון דער ליניע איז מזרח מידלאנדס באנען. זייט נאוועמבער 2007 איז זי אויך דער טערמינוס פון היי ספיד 1, די ליניע פון אייראסטאר'ס גיך דינסט קיין פאריז, בריסל און ליל.