אייראסטאר
פֿון װיקיפּעדיע
אייראסטאר איז א באן ליניע צווישן לאנדאן און קענט אין בריטן מיט פראנקרייך (בעיקר פאריז און ליל) און בריסל אין בעלגיע. די באנען פארן אריבער דעם ענגלישן קאנאל דורך דעם קאנאל טונעל. אין דרום ענגלאנד האט מען אויסגעבויט א נייע באן ליניע צום זעלבן גיך-באן סטאנדארדן ווי אין פראנקרייך. די צווייטע פֿאזע פון דער נייע ליניע פון דער נייער סט פאנקראס באן סטאנציע האט געעפנט 09:00 אום 14 נאוועמבער 2007; זי הייסט היי ספיד 1 (ענגליש: High Speed 1).
זייט די ערשטע הכנסה-פארדינענדיגע אייראסטאר באנען זענען געפארן אין נאוועמבער 1994, האט אייראסטאר גענומען א הערשנדיגן חלק פון דעם מארק אויף זיינע רוטען. אום נאוועמבער 2004 האט אייראסטאר געמאלדן אז זיין חלק פון דעם קאמבינירטן באן/לופט מארק געוואקסן ביז 68% פון לאנדאן-פאריז און 63% פון לאנדאן-בריסל. די געזעלשאפט מערקט אן אז דאס רעפרעזענטירט אן איינשפארונג פון 393,000 קורץ-מהלך פליען.
ארבעט וואס מען האלט ביים ענדיגן לעבן בריסל זיד וועט באזארגן א פארבעסערונג פון נאך פיר מינוט פאר אלע באנען קיין בריסל. מיט דער נייער בריטישער באן פארבינדונג איז געווארן מעגלעך א דינסט ביז 8 באנען אין יעדער ריכטונג פון לאנדאן קיין קאנטינענטאל אייראפע.
טייל אייראסטארס שטעלן זיך אפ אונטערוועגס קיין בריסל און פאריז.
[בעאַרבעטן] הויפט סטאנציעס
- לאנדאן וואטערלו ( 14 נאוועמבער 1994 ביז 13 נאוועמבער 2007)
- לאנדאן סט פאנקראס (זייט 14 נאוועמבער 2007)
- פאריז גאר דו נארד
- בריסל זיד
[בעאַרבעטן] אייראסטאר רוטעס
אייראסטאר רוטע מאפע | |||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
די צייטן וואס דערשיינען דא זענען די גיכסטע לויטן פאָרפלאן. |
זײַט 9 דעצעמבער 2007 האט אייראסטאר 17 באנען יעדן טאג (19 פרייטאג) לאנדאן-פאריז, פֿון זיי 7 אן אפשטעל, און 10 לאנדאן-בריסל כולל 3 אן אפשטעל.[1] בדרך כלל שטעלן אפ די באנען ביי ליל-אייראפע, קאלאיס-פֿרעטהון און עבספֿליט אינטערנאציאנאל. 3 באנען א טאג קיין פאריז שטעלן זיך אפ אין אשפארד אינטערנאציאנאל.