יעקב ליצמאן
פֿון װיקיפּעדיע
יעקב ליצמאן (געב. כ"ח אב, ה'תש"ח) איז א גערער חסיד, געהאדעוועט אין ברוקלין, וואס פירט די פראקציע פון אגודת ישראל אין דעם כנסת (דער פארלאמענט פון מדינת ישראל).
[בעאַרבעטן] לעבענסגעשיכטע
יעקב ליצמאן איז געבוירן אין יאר תש"ח אין א פארוואגלטער לאגער (די.פי. לאגער) אין דייטשלאנד. זיינע עלטערן זענען געווען פוילישע יידן וואס זענען ניצול געווארן פון חורבן אייראפע. אין יאר תש"י האט די משפחה זיך געצויגן קיין בארא פארק אין ברוקלין, וווּ ער האט געוווינט פופצן יאר. צו זיבעצן יאר איז ער געפארן אין ישיבה אין ארץ ישראל.
זיין ערשטע אמט איז געווען אלס מנהל פון דער חסידישע בית יעקב שולע אין ירושלים. שפעטער איז ער געווארן טעטיג אין פאליטיק אונטער דער אויפזיכט פון גערער רבי'ן, הרה"צ שמחה בונם אלטער.
ער וווינט אין ירושלים און ער האט פינף קינדער.
[בעאַרבעטן] טעטיקייטן
אין פארלויף פון די יארן איז ער נעווארן דעם רבי'נס רעכטע האנט, ער האלט נאך די ראלע ביים היינטיקן רבי'ן הרה"צ יעקב אריה אלטער. אין יאר ה'תשנ"ט (1999) האט ער פארלאזט זיין אמעריקאנער בירגערשאפט לויטן פארלאנג פון רבי'ן בכדי אז ער זאל זיך קאנדידירן אויף דער רשימה פון אגודת ישראל ביי די כנסת וואלן וואס זענען פארגעקומען יענע יאר. זייט דעמאלסט פירט ער די אגודת ישראל כנסת פראקציע, אפשמוסן אלץ מיט'ן רבי'ן טאג טעגלעך.
פון תשנ"ט ביז תשס"א איז ער געווען א מיטגליד פון דער כנסת אינערוועניגע ענינים קאמיטעט[1] און אויך וויצע-פארזיצער פון דער כנסת ארבעט און סאציאלער פארזארג קאמיטעט.[2] אין יאר תשס"ב האט אגודת ישראל געהאט א קאליציע אפמאך מיט דער רעגירונג פון אריאל שרון און מ'האט באשטימט ליצמאן אלס פארזיצער פון דער חשובער פינאנץ קאמיטעט. דעם אמט האט ער געהאלטן ביז מען האט אים אפגעזאגט אין תשס"ז.
ליצמאן האט געארבעט שווער צו גרינדן די חרדישע מאיאנטקעס אין אשדוד, תל אביב, ערד און בית שמש.