זלמן לייב טייטלבוים
פֿון װיקיפּעדיע
ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א (געבוירן ה'תשי"א) איז איינער פון די סאטמארער רבי'ס. ער וואוינט אין וויליאמסבורג, ניו יארק. ער איז דער דריטער זון פון ר' משה טייטלבוים זצ"ל, דער לעצטער סאטמארער רבי, וואס איז א ברודער-קינד פון דעם ערשטן סאטמארער רבי, ר' יואל טייטלבוים זצ"ל, וואס האט געגרינדעט די סאטמארע קהילה איבער די גארער וועלט.
אינהאַלט |
זיין פריע באשיידן לעבן
רוב פון זיין לעבן איז ער נישט באטראכט געווארן אלס ממלא מקום פון זיין גרויסן טאטן. ער איז געווען גאר א שטילער און באהאלטענער צוריקגעצויגענער, וואס איז זיך געזעצן על התורה ועל העבודה פאר זיך אין דער בארא פארקער סיגוט'ער שול און געווען א מגיד שיעור/(ר"מ) אין די ישיבת לצעירים אין סאטמאר וומס"ב, און נישט געהאט עפעס עקסטער מיט קיינעם גארנישט.
הנהגת התורה
אפילו היינט צוטאגס ווען ער איז איינע פון די פאפולערסטע רבי'ס, רעכנט ער זיך שטארק מיט די מיינונ פון זיינע דיינים.
די דיינים וואס זענען זיין תורה אוטריטעט, זענען פארמירט געווארן אין אזא סימבאלישע בית דין אן קיין זיצונגען נאר פארבינדען צוזאמן דערווייל בראש פון ר' ישראל חיים מנשה פרידמאן ר' משה מנחם טירנויער, ר' חיים דוד כ"ץ, ר' זלמן לייב פילאפ און ר' שלמה לייב וויינבערגער שליט"א.
אסאך פון זיינע אנהענגער האלטן זייער שטארק פון זיין זוהן ר' חיים הערש וואס זיי האלטן פאר א גאר גרויסער מאן.
זיין איגענט
ער האט חתונה געהאט צו זיין פרוי חי' שרה א טאכטער פון ביסטריצער רב זצ"ל.
ער איז דער יונגערער ברודער פון רבי אהרן טייטלבוים.
אלע יארן האט ער געוואוינט אין בארא פארק. שפעטער איז ער געווארן א מגיד שיעור אין די צעירים פון די סאטמארע ישיבה אין וויליאמסבורג.
עולה לגדולה
ווען דער ירושלימ'ער רב ר' משה אריה פריינד איז אוועק, האט אים זיין טאטע, דער סאטמארער רבי רבי משה טייטלבוים געשטעלט אויף זיין ארט אלץ רב אין די סאטמארע קהילה אין ירושלים.
מיט צוויי יאר שפעטער אין זומער פון 1999 (ה'תשנ"ט) האט זיין טאטע, דער סאטמארער רבי רבי משה טייטלבוים באשלאסן איבערצוברענגען ר' זלמן לייב פון ירושלים קיין וויליאמסבורג וואו ער איז אויפגענומען געווארן אלס רב.
נאך די פטירה פון סאטמארער רבי'ן זצ"ל כ"ו ניסן ה'תשס"ו איז רבי זלמן לייב אויפגענומען געווארן דורך זיינע חסידים אלס סאטמארער רבי אין וויליאמסבורג לויט די אנגעבליכע צוואה פון זיין טאטען.
די אהרונים ארגומענטירן אז זיין קומען לכתחילה קיין אמעריקע, און דערקלערט ווערן אלס רבי אין די סאטמארע קהילה, איז די ארבעט פון משה גבאי, און אז דער אלטער רבי איז שוין לאנג דיאנאזירט געווארן מיט די אלצהיימערס מחלה.
צום ענדע פון זיין טאטען'ס לעבן אין יאר תשס"ב ווען ער איז שוין געווען אלט און שוואך, האט ער אינטערגעשריבן א צוואה פאר צוויי עדות אז זיין דריטער זון ר' זלמן לייב זאל איבערנעמען דאס רביסטעווע אין וויליאמסבורג "והוא ישב על כסאי", און עס האט זיך אויסגעשטעלט א אינטערסאנטע זאך, אז די ארונים האבן נישט געפאלגט די צוואה ווייל זיי האבן געזאגט אז דאס איז נישט זיין רצון ווייל ער האט געליטן פון אלטסהיימערס.
זיין תורה
ער האט יארן לאנג געווען מרביץ תורה אין סאטמאר ישיבה לצעירים אין וויליאמסבורג וואס אלע האבן אויף אים נאר לויב ווערטער מיט זיין נאבעלע אויפירונג צו אנדערע מענשטן.
ער ווערט נישט באטראכט אלס גרערסערער תלמיד חכם ווי זיין קאנקורענט אהרן טייטלבוים אבער מער קלוגער און בעל מידות וואס האט זיך שטילערהייט 20 יאר אונטערגעווארפן זיין ברודער און גאר נאכגעזאגט זיין דברי תורה שטענדיג פאר די תלמידידם.
ער האט געדינט ברבנות אין זיין טאטענס שול סיגוט אין בארא פארק אויך האט אים זיין טאטע איבערגעגעבן די השגחה פון יענע צייטן ווען ער איז גועוארן רבי.
ער ווערט קריטיקרט אז תיכף נאכן פטירה פון זיין טאטע האט ער זיך געזעצט אויף זיין טאטענס שטענדער אין ביהמ"ד, וואס לויט די קריטיק איז שוין מקובל פון געוויסע חסידישע רבי'ס, אז מ'זעצט זיך הערשט ביים ערשטן יארצייט, אזוי האט געטאן ר' זלמן לייב סיגוטער הי"ד, דער עצי חיים, און קדושת יו"ט און אווי האט אויך דער ברך משה געטאן ווען ער האט ממלא מקום געווען ר' יואל זצ"ל.
זיינע חסידים
אויך ווערן זיין חסידים קריטיקירט אז זיי באשטייען פון:
- פרומע קנאים מיט שיטות אין אידישקייט, וואס זיי זאגן אז ר' אהרן שטימט נישט מיט דעם.
- אריסטאקראטישע משפחות.
- סתם פארביסענע וואס האבן נישט געקענט צוזעהן ווי ר' אהרן זאל פירן די גרעסטע חסידות אין היסטאריע, זייער אסאך פון די זענען אליינס רעבישע קינדער מיט נישט קיין קלענערן יחוס פון ר' אהרן.
- חברה וואס האבן געכאפט פערזענליך א שנעק אין נאז און געטשעפעט געווארן פון ר' אהרן'ס הנהגה.
- בני יואל.
- סתם מתנגדים פון זיין טאטען.
נועם המידות והחזרת עטרה ליושנה
עס איז שוין געווען אנגענומען א לענגערע צייט אז ר' אהרן טייטלבוים וועט זיין דער ממלא מקום אבער זייער טאטע האט צוריק געצויגן וואס א טייל זאגן צוליב די העצע פון ר' משה גבאי דאס האט געפירט אז עס זאל אויסברעכן א מחלוקה פון 7 יאר צווישען די אנהענגער פון די צוויי ברודער,
ר' זלמן לייב טייטלבוים שליט"א האט ביי זיין הכתרה פאר רב אין וומס"ב געזאגט אז עס ווייזט זיך ארויס אן "אהבה מוסתרת" מיינענדיג אז דערמיט וואס אויסערליך זענען זיי געווען זיינע טאטען'ס שונאים, איז דאס אבער נאר געווען מיטן ציל קעגן ר' אהרן טייטלבוים, און אמת'דיג אינעווייניג האבן זיי יא ליעב געהאט זיין טאטע ר' משה טייטלבוים זי"ע אבער פיינט געהאט זיין זון ר' אהרן טייטעלבוים שליט"א, פארשטייט זיך אז דאס איז געווען א קאנטראווירסעל לאזונג. אז זיי האבן טאקע ליעב געהאט זיין טאטען,
זיין קהילה אין קרית יואל
די זאליס הייסען צו זיין א מינאריטי אין קרית יואל דערווייל ווי די ביז איצטיגע וואלן דארטן האבן געוויזן שוין דריי מאל וואס זיי האבן פארלוירן. זיי ווערן אבער נענטער צום רוב ווי ביי די לעצטע וואלן איז געווען 27 הונדערט מיט עפעס פאר ווידער (אהרוני) 23 הונדערט מיט עפעס פאר באנדא, (זאלי), אבער דערווייל זענען זיי ביי דער מאכט אין די וויליאמסבורג סאטמאר קהילה אין פירן אירע מוסודת, זייער שליטה איז אין אפילס קארט צו זיי זענען טאקע בעל הבית.
זיינע גבאים
- ר' עזריאל גליק געווען גבאי ביי ר' יואל און ביי ר' משה.
- ר' משה גבאי געווען גבאי ביים ברך משה.
- ר' שמואל טייטלבוים. תלמיד חכם.
זיין משפחה
ברודער
- ר' אהרן טייטלבוים.
- ר' ליפא טייטלבוים.
- ר' [[שלום אליעזר.
שוועסטער
- בעל הנפטרת מרת חי' ע"ה ר' בעריש מייזליש .
- אשת ר' דוד דוב מייזליש.
- אשת ר' חיים יושע האלבערשטאם.
שוואגער
- ר' מאיר שפיץ ביסטריצער רבי.
- ר' שלום שפיץ ווילרייק ראש ישיבה.
קינדער
- ר' חיים צבי טייטלבוים, רב אין סאטמאר ירושלים.
- ר' יעקב בער טייטלבוים, רב אין סיגוטער שול אין בארא פארק.
דערויסענדע לינקס
- ווידיאו קליפ: טויזענטער סאטמאר חסידים טאנצען ביי די חתונה פון זיין זון הרב חנני' יו"ט ליפא טייטלבוים וואס איז פארגעקומען אין די נייע סאטמאר ביהמ"ד אין וויליאמסבורג ר"ח חשון תשס"ז [1]
- ווידיאו קליפ פון שבועות טיש [2]
- גוגל ווידיאו קליפ פון ערשטע אפיציעלע באזוך אין בארא פארק שב"ק אח"ק תשס"ז צום הנחת אבן הפינה פאר זיין נייע ביהמ"ד[3]
- גוגל ווידיאו קליפ וויאזוי ער נעמט קוויטלעך ביים שבעה נאכן טאטען און ר' יונה האלפערט דער גבאי פון פאטער וויינט. [4]
פריערדיקער: הרב משה טייטלבוים זצ"ל ברך משה |
אדמורי סאטמאר | קומענדיקער: -- |