וולאדימיר פוטין
פֿון װיקיפּעדיע
וולאדימיר פוטין איז אין דער איצטיקער רוסלענדישער פרעזידענט.
עס איז ווייניג באקאנט איבער איהם פון זיין פארגאנגענהייט, ער איז א געוועזענער קע גע בע פירער.
פוטין איז ערוועלט געווארן צו זיין דער פירער פון רוסלאנד דורך דעם פריערדיגן פירער פון רוסלאנד באריס יעלצין. ער האט איבערגענומען רוסלאנד ווען די רוסן זענען געווען אין זייער א נידריגן מצב, צוליב די קאנטראווערסיאלע פראגראמען וואס יעלצין מיט זיין קליקע האבן איינגעפירט אין רוסלאנד מציל צו זיין די רוסישע עקאנאמיע.
ער איז פאפולער אין רוסלאנד, ער איז צוויי מאל שוין ערוויילט געווארן מיט דעמאקראטישע וואלן אין רוסלאנד, און דער דורכשניטליכער רוס גלייכט איהם.
[בעאַרבעטן] עקנאמיש
פאקטיש האט ער געהאט הצלחה אין אויפלעבן די רוסישע געלד, רוסלאנד האט היינט געלד, די עקאנאמיע איז גאנץ גוט, אויך מאכט ער אסאך ביזנעס אינטערעסין מיט די אראבישע וועלט.
[בעאַרבעטן] נאציאנעל
אזוי ווי ער איז געווען א קעי דזשי בי מאן, איז ער זייער נאציאנעליסטיש געשטימט, די מיליטער גלייכט איהם און ער נעמט זיך שטארק אהן פאר די אינטערעסין פון די רוסן ווי אימער ער איז אין אויסלאנד.
[בעאַרבעטן] קריטיק
פון די אנדערע זייט האט ער אבער אוועקגענומען אסאך פרייהייט פון די רוסן, ער האט נאצילאניזירט אסאך גרויסע ביזנעסער וואס זענען דער רוקען ביין פון די עקאנמיע, ווי קארס, גאזאלין, אויך האלט ער אהן זייער א שטארקע האנט אויף די מידיא, דאס הייסט אז מען לאזט נישט קריטיגיקירן די אפציעלע רעגירונג, עס איז א פאקט אין רוסלאנד אויב שטעלט זיך אויף א צייטונג און שרייבט בייסיגע ארטיקלן קעגן די רעגירונג, ווערט דער צייטונג געשפארט און אסאך מאל טרעפט מען דעם שרייבער טויט, די זעלבע מיט א טלעוויזיע וואס קריטקירט דעם אפציעלע שפאן פון די רעגירונג, אט דאס אלעס ווערט געזעהן ווי ער נעמט אוועק די פרייהט און עס שטערט פאר א בליעהנדע עקאנמיע, ווייל ביזנעס לייט האבען מורא צו אינוועסטירן אויב די רעגירונג מישט זיך אריין און קענען צו נעמען זייער געלד, און אויב מען קען נישט קריטיקירן, ווייל קריטיק איז א גרויסער טובה און א גוטע זייך, ספעציעל ביי ביזנעס און ביי קאמפיטישען. און זייער אסאך האבן מורא, אז רוסלאנד וועט זיך אונטער פוטין צוריק גליטשן צו א סארט דיקטאטור, וואס די רוסן זענען געוואנט דערצו סיי פון די צייטן פון קאמוניזים און פאר דעם אין די צייטן פונעם רוסישן צאר.
ער לעבט גוט מיט אמעריקע און מיט דעם אמאריקאנער פרעזידענט בוש, און כאטש עס איז דא אסאך מיינוג דיפערענצן צווישן די צוויי גרויסע וועלט מאכטן, דאך קומען זיי זיך מער ווייניגער דורך אויף די גרויסע אישוס, אמעריקא איז צופרידן אז רויסלאנד שפיצט נישט קעגן איהר איהרע נוקלארע שפיצן, און אז רוסלאנד זיכט נישט אויסצושפרייטן איהרע נעגל אין דער וועלט, דער אמעריקאנער רעגירונג קימערט זיך ווייניג אויף די פרייהייט פון די רוסן זעלבסט.
אין די קומענדיגע וואהלן אין רוסלאנד וועט ער נישט לויפן צו זיין איהר פיהרער.