אימיון סיסטעם
פֿון װיקיפּעדיע
אן אימון סיסטעם איז א קאלעקציע פון מעכאניזמען אינערהאלב אן ארגאניזם וואס שיצט און היט איר פון קעגן אינפעקציעס דורך אידענטיפיצירן און הרג'ענען פאטאגען'ס.
עס כאפט אויף פאטאגענעס פון אלע סארטן פון ווירוסעס ביז צו פאראזיטישע ווערעם און דערקענט זיי פון זייער אנדערשטקייט אז זיי באלאנגען נישט אין די ארגאניסם'ס נארמאלע צעלן און ביאלאגישער טישו (געוועבע).
די וועג וויאזוי דער אימיון סיסטעם כאפט אויף די פרעמדע פעטאגעןס איז גאר שטארק קאמפליצירט, וויבאלד די דאזיגע פעטאגענס טוען זיך זייער קונטסליך אדפאטירן און עוועלוציענירן מיט נייע וועגן צו זיך גוט באזעצען אינעם האוסט ארגאניזם.
כדי צו איבערלעבן דעם נסיון טוט דער אימיון סיסטעם אויסנוצען פארשידענע מעכאניזמען וואס האבן זיך אין איר אויך עוועלוציענירט צו דערקענען און מאכן אומשעדליך די פעטאגען'ס. אפילו פשוט'ע איינצעלער ארגאניזמען וו.צ.ב.ש. באקטעריע האט אין זיך ענזיים סיסטעםס וואס טוט איר שיצן און היטן אנטקעגן וויירעל אינפעקציעס.
אנדערע הויפטן אימון מעכעניזמען האבן זיך עוואלוציענירט אין אלטע אויקאריאטעס און פארבלייבן אין זייער מאדערנע אייניקלעך, ווי ביימעלעך, פיש, רעפטיליעס, און אינסעקטן.
די מעכעניזם טוען אריינרעכענן אנטימיקראביעלע פעפטידן וואס ווערט גערופן דעפענסין'ס, פעטערען רעקאגנישען ריסעפטארס, און די קאמפלעמענט סיסטעם.
אבער מער סאפיסטיקירטע מעכעניזםס איז אנטוויקעלט געווארן לעצטענס, מיט דער עוואלוציע פון ווערטעברעיטס.
די אימיון סיסטעם פון ווערטעברעיטס אזאלכע ווי מענטשען איז צוזאמגעשטעלט פון פארשידענע סארטן פון פראטיןס, סעלס, ארגאן'ען, און טישו, וואס טוען אלע אינטעראקטירן אין א געדרייטע גאר טיפע דינאמישער נעטווארק.
אלס טייל פון א מער קאמפלעצירטער אימיון ענטפער, די ווערטעברעיט סיסטעם אדאפטירט זיך מיט די צייט צו דערקענען און אויפכאפן די פעטאזשען'ס מער פונטקליך און פארלעסליך.
די אדאפטירונג פראצעס באשאפט אן אימוניטי'שע זכרון און ערמעגליכט נאך מער עפעקטיווער שוץ דורכאויס די צוקונפטיגע צאםשטויסענישן מיט די דאזיגע פעטאגען'ס.
דאס פראצעס פון אייגן געבויטער אימינעטי איז די באזיס פון וואקסינאציע.
אומ'סדר ביי די אימיון סיסטעם קען גורם זיין קרענק.
אימיונאדעפישענסי קרענק געשעהן ווען די אימיון סיסטעם איז ווייניגער אקטיוו ווי נארמאל, רעזולטירענדיג און נאכאנאנדיגע און לעבן'ס געפאר אינפעקציעס.
אימיונאדעפישענסי קען אדער זיין א רעזולטאט פון זשענעטישער קרענק, אזויווי סעוועיר קאמביינד אימיונאדעפישענסי, אדער קען דאס ווערן פראדוצירט פון פארמעסוטיקלס אדער דורך אינפעקציע, ווי עקווייערט אימיון דעפישענסי (עידס) וואס געשענט דורך רעטראוויירוס עיטש.איי.ווי..
אין קאנטראסט, אויטאאימון קרענק געשעהן פון א הייפערעקטיוו אימון סיסטעם אטאקירענדיג נארמאלע טישוס ווי זיי וואלטן ווען געווען דערויסענדע פרעמדע ארגאניזמען.
געווענליכע אוטאאימיון קרענק טוען אריינרעכענען רעאומעטאוד אטרייטיס, דייעביטיס מעליטוס טייפ 1 און לופס עריטעמאטאסוס.
די דאזיגע קריטישע ראלעס פון אמיונאלעזשי אין געזונטהייט און קרענק זענען פעלדער פון אינטענסיווע סייענטיפישע שטודיעס.