קלונימוס האבערקאסטן
פֿון װיקיפּעדיע
הר"ר קלונימוס האבערקאסטן איז געווען א ראש ישיבה אין פוילן בערך אין יאר ה'ש. ער איז געווען דער שווער פונעם מהרש"ל וואס האט חתונה געהאט מיט זיין טאכטער ליפקא.
ער איז געווען ראש ישיבה אין לעמבערג; שפעטער איז ער געווארן דער ערשטער רב פון אסטרהא אין וואהלין. נאכהער איז ער געווען ראש ישיבה אין בריסק. אין יאר ה'ש"כ האט ער זיך געצויגן קיין ארץ ישראל. ער איז אויך געווען א מקובל.