עופות
פֿון װיקיפּעדיע
עופות זענען אזעלכע פויגלען וואס מען האדעוועט פאר זייער פלייש, אייער און פעדערן. דאס איז כולל הינער, אינדיקעס, גענז און קאטשקעס. אויך טויבן און פאזאנען זענען עופות. דאס פלייש פון עופות קען מען קאכן גאנץ גרינג; אפטמאל טוט מען עס בראטן אדער פרעגלען.
דאס עיקר פלייש פון אן עוף איז דאס ברוסטפלייש (ווײַס פֿלייש) און די פאלקע (פֿלייש אויף די פיס). פונעם ווייסן פלייש קען מאכן שניצל. לעבערלעך פון עופות זענען גוט פאר געהאקטע לעבער. דעם גארגל אין דעם פופיק קאכט מען אין וואסער צו מאכן יויך.