סלאווישע שפראכן
פֿון װיקיפּעדיע
די סלאווישע שפראכן זענען א גרופע פון נאנט פארבינדענע שפראכן פון די סלאווישע פעלקער און אן אונטער-גרופע פון די אינדא-אייראפעישע שפראכן וואס מ'רעדט אין רוב פון מזרח אייראפע, אין די באלקאנען, אין טייל פון צענטראל אייראפע און אין צפון אזיע.
[בעאַרבעטן] צווייגן
די סלאווישע שפראכן ווערן צעטיילט אויף דריי עיקר צווייגן:
- אסט-סלאוויש, וואס איז כולל רוסיש, אוקראיניש, בעלארוסיש, רוסיניש.
- וועסט-סלאוויש, וואס צווייגט זיך אפ ווייטער אלס:
- דרום-סלאוויש, וואס צווייגט זיך אפ ווייטער אלס:
- מערב טייל: סערביש, סלאוועניש, קראאטיש און באזניש, (געשריבן אין לאטיינישן שריפט, אחוץ סערביש אין צירילישן שריפט),
- מזרח טייל: בולגאריש אוין מאקעדאניש (אין צירילישן שריפט).
- די עלטסטע סלאווישע ליטערארישע שפראך איז געווען אלט קירכע סלאוואניש.
אחוץ דעם דרייפאכיגן שפאלט איז אויך פאראן דיאלעקטן פון יעדער שפראך.
כאטש די סלאווישע שפראכן האבן זיך געשפאלטן פון איין קדמונישער שפראך אסאך שפעטער פון אלע אנדערע אייראפעישע שפראכן, די חילוקים צווישן זיי איז גענוג גרויס אז עס קען זיין שווער פאר א רעדער פון איין סלאווישע שפראך צו פארשטיין א צווייטן. אין סלאוועניש אפילו די דיאלעקטן זענען גאר אנדערש איינס פון אנדערן.
סלאווישע שפראכן | |
אסט-סלאוויש: | אוקראיניש | בעלארוסיש | רוסיניש | רוסיש |
וועסט-סלאוויש: | כנעניש (יידיש-טשעכיש) | סארביש: אויבער סארביש, אונטער סארביש | סלאוואקיש | פויליש | טשעכיש |
דרום-סלאוויש: | בולגאריש | מאקעדאניש | אלט קירכע סלאוואניש | סלאוועניש | סערבא-קראָאַטיש: באסניש, סערביש, קראָאַטיש |