ניקאלעס סארקאזי
פֿון װיקיפּעדיע
ניקאלעס סארקאויזי (געבוירן יאנאוואר 28, 1955 אין פאריז, פראנקרייך) איז דער איצטיגער פרעזידענט פון פראנקרייך.
ער איז געווארן ערוויילט מעי 6, 2007 נאכן מנצח זיין זיין לינקען ליבעראלען אפאנעט פון דער סאציאליסטישער פארטיי א פרוי סעגעלין רויאל, בעפאר זיין פרעזידנטשאפט איז ער געווען פירער פון זיין רעכטער פארטיי יו.עם.פי..
סארקויזי איז באוויסט פאר זיין קאנסערוועטיווער שטאנד אויף געזעץ און סדר טעמעס, און זיין התלהבות און גלייבן אויף א נייער עקנאמישער מאדעל פאר פראנקרייך וואס טוט נאכקאפירען אמעריקעס מאדעל פון פרייע טרעיד און ווייניגער ארבייטער געשטימט כדי צו געבן פאר פריוואטע ענטרעפענוערשיפ מער מעגליכקייטן צו וואקסן אן קיין סאך לימיטאציעס.
ביז מארטש 26 2007, האט ער געדינט אלס אינערליכער אנגעלעגענהייטן מיניסטער, וואס זיין פעסטער און שטייפער האנט וויאזוי זיך אומגיין מיט די אראבער און מיניאריטעטן זיי צו דערשטיקן האט אים פארדינט סיי זיין שטיצע און סיי זיינע קריטיקירער.
ער ווערט גערופן סארקוי סיי דורך זיינע שטיצער און סיי דורך זיינע קריטיקירער.