מלבי"ם
פֿון װיקיפּעדיע
רבי מאיר לייבוש בן יחיאל מיכל ווייזער (ה'תקס"ט - ה'תר"ם) (דער מלבי"ם) אויך באוווּסט אלס קעמפנער מגיד. איז געווען א מפרש פון תנ"ך און איינע פון די פוסקים אחרונים.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] לעבנסגעשיכטע
רבי מאיר לייבוש איז געבוירן אין דער שטאט וואלאטשיסק אין וואהלין און שוין פון יונגערהייט באוווּסט פאר אן עילוי. אין יאר ה'תקצ"ט איז ער געווארן רב אין וורעשן, פאזן. נאך זיבן יאר אין ה'תר"ו איז ער געווארן רב פון קעמפן, פרויסן (היינט קעמפנא אין מערב פוילן). אין ה'תרי"ח איז ער געווארן דער הויפט רב אין בוקארעשט (רומעניע). דארטן אין רומעניע האט ער געפירט א שטארקן קאמף קעגן דעם רעפארם. צוליב דעם קאמף האט ער געדארפט פארלאזן רומעניע אין ה'תרכ"ד, דערנאך איז ער געווען רב אין עטליכע רוסישע קהילות. פון יאר ה'תרל"ה איז ער געווען רב פון קעניגזבערג, ביז זין פטירה א' תשרי ה'תר"ם.
איינער פון זיינע אייניקלעך (א זון פון זיין טאכטער פֿריידא) איז געווען מיכאל היילפרין, פון די ערשטע וואס האבן זיך געצויגן אין ארץ ישראל.
[בעאַרבעטן] זיין שיטה אין פירוש התנ"ך
מוסטער:טייל קורץ
[בעאַרבעטן] זיינע ספרים
- ארצות החיים - חידושים אויף שו"ע אורח חיים
- ארץ חמדה - דרשות על התורה
- ארצות השלום - פארשידענע דרשות
- התורה והמצוה - פירוש על התורה
- מקראי קדש - פירוש אויף תנ"ך
- הכרמל - ספר אויף דער שפראך לשון הקודש
- יאיר אור - דערקלערונג פון סינאנימען [1]
- משל ומליצה
[בעאַרבעטן] קישורים חיצוניים
- פירושי מלבי"ם
- ספר יאיר אור וועגן סינאנימען
- מלבים מאיר