ישכר בער באראן
פֿון װיקיפּעדיע
הרה"צ ישכר בער באַראָן (תקכ"ה-תר"ג) איז געווען דער ערשטער ראדאשיצער רבי. מ'פלעג רופן אים דער "סבא קדישא". זיינע רבי'ס זענען געווען דער חוזה פון לובלין, דער ייד הקדוש פון פרשיסחא, דער קאזשניצער מגיד או דער אפטער רב.
ער איז נפטר געווארן י"ח סיון ה'תר"ג.
[בעאַרבעטן] משפחה
זיינע עלטערן זענען געווען יצחק בן הר"ר ישכר בער (נפ' תק"ס), וואס איז געווען א משמש ביים רבי'ן ר' בער, און מרים (נפ' תקס"ז), א שוועסטער פונעם ראדאשיצער דיין, הר"ר זונדל. ער האט חתונה געהאט מיט ביילא די טאכטער פון ר' מרדכי פון חענטשין. שפעטער האט ר' ישכר בער געוואוינט אין חמעלניק וואו ער איז געווארן נאנט צו הר"ר אליעזר ליפא (זון פונעם רבי'ן ר' מלך.
[בעאַרבעטן] חסידות
ער האט פארשריבן אלע תורות וואס ער האט געהערט פונעם אפטער רב אין דעם ספר „תורת אמת". צווישן זיינע חסידים איז געווען הר"ר חיים דוד בערנהארד, דער "רבי דאקטאר".