חיים דוד בערנהארד
פֿון װיקיפּעדיע
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען עס זיין קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. איר קענט העלפן אים פארברייטערן מיט פארזיכטיקייט. דער מוסטער קען בלײַבן ביז צװײ װאָכן אָן דײַטיקע ענדערונגען. |
הר"ר חיים דוד בערנהארד (תקל"ה -י"ט שבט, ה'תרי"ח) איז געווען א רבי אין פיעטרקאוו, קאנגרעס פוילן. די חסידים האבן אים גערופן "רבי דאקטאר" — ער איז געווען דער דאקטאר פון אסאך פריצים און אדללייט און אויך דער דאקטאר פונעם יידישן שפיטאל אין פיעטרקאוו. ער איז געווען א תלמיד פון דעם חוזה פֿון לובלין, ר' דוד לעלאווער וואס האט אים געברענגט צו חסידות, דעם סבא קדישא פון ראדאשיץ און דעם תפארת שלמה.
[בעאַרבעטן] יונגע יארן
חיים דוד איז געבוירן בערך אין יאר ה'תקל"ה אין זאלאשין, פיעטרקאוו גובערניע, צו זיין פאטער ישכר בער בערנהארד, א פשוטער ייד און א גייער. חסידים דערציילן אז זײַנע עלטערן האבן יארן לאנג נישט געהאט קינדער, און חיים דוד איז געבוירן דורך א ברכה פונעם רבי'ן ר' מיילעך.