יצחק זעליג מארגנשטערן
פֿון װיקיפּעדיע
הרב יצחק זעליג מארגנשטערן (ה'תרכ"ד -ה'ת"ש) איז געבוירן אין קאצק צו זיין פאטער הר"ר חיים ישראל מארגנשטערן (שפעטער געווארן פילעווער רבי) און זיין מאמען יוכבד פרענקל פינף יאר נאך דער פטירה פונעם אלטן קאצקער רבי'ן.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] לעבנסגעשיכטע
אלס בחור האט ער געלערנט ביי זיין זיידן דעם צווייטן קאצקער רבי'ן. צו אכצן יאר האט ער חתונה געהאט מיט חיה הינדא שיינפֿעלד, די טאכטער פון דעם רייכן גערער חסיד און למדן, מרדכי שיינפֿעלד פון פינטשעוו. אין ה'תרנ"ט האט די קהילה אין סאקאלאוו, לעבן שעדליץ, אים אויפגענומען אלס זייער רב, און ער איז געבליבן דארט אלס שטאטס-רב פערציג יאר. ער האט אויפגעשטעלט די ישיבה בית ישראל דארט אויף זיין פאטער'ס נאמען. ער איז אויך געווען איינער פון די מייסדים פון דער 'מתיבתא' אין ווארשע.
ווען זיין פאטער איז נפטר געווארן אין תרס"ו זענען רוב פו זיינע חסידים אריבער צו אים, און ער איז געווארן דער סאקאלאווער רבי. א טייל פון זיינע תורות זענען געדרוקט געווארן אין דעם ספר שארית יצחק (תל אביב, תשמ"ט).
אין תר"ע איז ער געווען איינער פון די פינף רבנים וואס מ'האט זיי אויסדערוויילט צו דער רבנישער אסיפה וואס דער צאר ניקאליי דער צווייטער האט צוזאמענגערופן אין פעטערבורג.
ער איז אויך געווען איינער פון די מייסדים פון אגודת ישראל, און ער איז געווען דער וויצע-נשיא פון דער 'אגודת הרבנים' אין פוילן.
הר"ר יצחק זעליג האט געהאט ברייטע ידיעות אין מעדיצין און ער פלעג שרייבן רעצעפטן פאר קראנקע וואס האבן געבעט ביי אים א ישועה.
[בעאַרבעטן] זיין משפחה
הר"ר יצחק זעליג האט געהאט עלף קינדער: דריי זין און אכט טעכטער.
[בעאַרבעטן] זיין פטירה
אין זיינע עלטערע יארן האט ער געליטן פון פארשיידענע מחלות, ג' מרחשון ה'ת"ש, אין אנהייב פונעם צווייטן וועלט קריג איז ער נפטא געווארן אין אטוואצק. פון דארטן האט מען אים געפירט אין דעם ווארשעווער בית עולם. ער ליגט נאנט צו זיין זון משה דוד.
זיין ווייב חיה הינדא הי"ד איז אומגעקומען אין טרעבלינקע ג' אלול תש"ב.
[בעאַרבעטן] רעפערענצן
ברוך גוטער, לכל דרכיו משכיל אין אהבת דוד (ברוקלין, ניו יארק, תשס"ז)