דיינעסאר
פֿון װיקיפּעדיע
דיינעסאר איז א סארט ריזיגער באשעפעניש וואס איז שוין נישט דא, סייענסטיסטן זאגן אז דאס איז א ראי' צו עוועלאציע, , געוויסע רעליגיעזע ווי דר. קענט האווינד האלטן אבער אז געוויסע סארטן דיינעסארסעס לעבן נאך היינט אין געוויסע ערטער אויף דער וועלט.
[בעאַרבעטן] ווי אזוי זיינען זיי פארלענדן געווארן
די אנגענומענע היפאטעזע פון דער פיזיקער לואיס אלווארעז איז, אז פאר 65 מיליאן יאר האט א ריזיקער פעלדז א מעטעאריט באטראפן דעם ערד פלאנעט, און דאן לויט געוויסע האט עס געשאפן א געפערליכע היץ אויף די וועלט וואס דאס האט פאראורזאכט זייער אומקום, אדער לויט טייל וואס זאגן אז דאן איז געשאפען געווארן א שרעקליכע קעלט וואס דאס האט צוגעברענגט אז זיי זענען פארניכטעט געווארן, און לויט געוויסע האט עס צוגעברענגט צו א ריזיקן וואלקן וואס האט פארשטעלט די זון במשך 3 חדשים, און צוליב דעם האבן די געוויקסן פארשימלט געווארן, און די אלע גרויסע חיות זיינען געשטארבן פון הונגער. אבער רעליגיעזע טענה'ען {פֿעלט אַ מקור} אז דאס איז פשוט געווארן פארלענדעט ביי דעם מבול און אנדערע רעליגיעזע האלטן אז נח האט יא אריין געומען קליינע דיינעסארס און די גרויסע זענען פארלענדט געווארן אין די ערשטע 150 טעג פונעם מבול און די וואס זענען געווען אויף די תיבה זענען פארלענד געווארן דורך מענטשען נאכן מבול