בוקאווסק
פֿון װיקיפּעדיע
בוקאווסק איז א דארף אין וועסט־גאליציע וואס איז געווען ביז צום צווייטן וועלטקריג א יידיש שטעטל.
[בעאַרבעטן] געשיכטע
אין תרכ"ד איז הר"ר שלמה האלבערשטאם (הײַנט באוואוסט אלס באבאווער רב) גערווארן רב פון בוקאווסק, ביז תרל"ט. שפעטער האט גענומען אלס רב הר"ר חיים פינטער (דער פאטער פון הר"ר שמואל שמעלקע פינטער פון לאנדאן. בשעת דעם ערשטן וועלטקריג איז גאליציע געווען דער פֿראנט צווישן עסטרייך און רוסלאנד און אסאך יידן זענען אנטלאפן קיין ווין, די הויפטשטאט. נאכ'ן קריג איז דער רב געבליבן אין ווין און זײַן זון הר"ר אברהם פינטער איז געווארן שטאטס-רב.
צווישן די חסידים שטיבלעך אין בוקאווסק זענען געווען א צאנזער שטיבל און א דינאווער שטיבל.
אין די חורבן יארן פון אייראפע האבן די דײַטשע רשעים אויפגעשטעלט א „באזונדערער לאגער" ווו אהין מ'האט געפירט די איבערגעבליבענע יידן פון סאנוק, לינסק און דאבראמיל.