ארבע פרשיות
פֿון װיקיפּעדיע
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען עס זיין קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. איר קענט העלפן אים פארברייטערן מיט פארזיכטיקייט. דער מוסטער קען בלײַבן ביז צװײ װאָכן אָן דײַטיקע ענדערונגען. |
די ארבע פרשיות זענען די פיר ספעציעלע פרשיות וואס מען ליינט אין דער תורה נאך דער וואכנדיגער סדרה אין די שבתים, פון דעם שבת ווען מען בענטשט חודש אדר ביז דעם שבת ווען בענטשט חודש ניסן. למשל, דעם שבת פאר פורים ליינט מען פרשת זכור, וואס האט א שייכות מיט פורים.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] פרשת שקלים
- ווען? - דער שבת פאר ראש חודש אדר (אדער שבת ראש חודש אדר). אין אן עיבור יאר רעכענט מען אדר שני. דעם שבת נעמט מען ארויס צוויי ספרי תורות און מען ליינט אין דער צווייטער פרשת שקלים (ספר שמות ל, יא-טז). ווען ראש חודש אדר געפאלט שבת נעמט מען ארויס א דריטע ספר תורה (אין דער ערשטער ליינט מען די סדרה, אין דער צוויטער פרשת ראש חודש, און אין דער דריטער פרשת שקלים).
- וואס? - פרשת שקלים איז עוסק אינעם חיובו וואס יעדער ייד האט צו ברענגען א האלבן שקל פאר קרבנות ציבור וואס מ'האט מקריב געווען אינעם בית המקדש.
- הפטורה - "ויכרות יהוידע" (מ"ב יא); די אשכנזים הייבן אן פסוק ט"ו "בן שבע שנים". די הפטורה איז עוסק אין די נדבות וואס מ'האט געגעבן צו בדק הבית אינעם בית המקדש.