שבת
פֿון װיקיפּעדיע
שבת איז דער נאמען פונעם זיבעטען טאָג פון די וואָך.
אינהאַלט |
[בעאַרבעטן] שבת ביי די יידן
דער טאָג "שבת" איז אַ רוהע און הייליגער טאָג פאר די יידן.
עס איז פארבאטן צו ארבייטן אום שבת אין איינע פון די ל"ט אבות מלאכות - וואָס מען האָט געאַרבייט ביים בויען דעם משכן - מיט אירע תולדות.
[בעאַרבעטן] שטאמונג און סיבות
די תורה געבט אָן 3 אויסריידען פארוואס זאל מען היטן שבת:
- א רעליגיע סיבה ביי די ערשטע עשרת הדברות: כִּי שֵׁשֶׁת-יָמִים עָשָׂה יְהוָה אֶת-הַשָּׁמַיִם וְאֶת-הָאָרֶץ, אֶת-הַיָּם וְאֶת-כָּל-אֲשֶׁר-בָּם, וַיָּנַח, בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי; עַל-כֵּן, בֵּרַךְ יְהוָה אֶת-יוֹם הַשַּׁבָּת--וַיְקַדְּשֵׁהוּ שמות כ'
- א סאציעלאגישע סיבה ביי די צווייטע עשרת הדברות: וְיוֹם, הַשְּׁבִיעִי--שַׁבָּת, לַיהוָה אֱלֹהֶיךָ: לֹא תַעֲשֶׂה כָל-מְלָאכָה אַתָּה וּבִנְךָ-וּבִתֶּךָ וְעַבְדְּךָ-וַאֲמָתֶךָ וְשׁוֹרְךָ וַחֲמֹרְךָ וְכָל-בְּהֶמְתֶּךָ, וְגֵרְךָ אֲשֶׁר בִּשְׁעָרֶיךָ--לְמַעַן יָנוּחַ עַבְדְּךָ וַאֲמָתְךָ, כָּמוֹךָ דברים ה'
- א היסטארישע סיבה ביי די צווייטע עשרת הדברות: וְזָכַרְתָּ, כִּי עֶבֶד הָיִיתָ בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם, וַיֹּצִאֲךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ מִשָּׁם, בְּיָד חֲזָקָה וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה; עַל-כֵּן, צִוְּךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ, לַעֲשׂוֹת, אֶת-יוֹם הַשַּׁבָּת דברים ה'
אויפן פשוטער מיינונג איז דאס פשט אז יעדער זיבעטער טאג סוף פון וואך מוזן מיר רוען, און נישט גיין ארבייטן א גאנצן טאג מקדיש זיין פאר דעם געפיל פון אנערקענען און פייערן די גאנצע נאטור באשאפונג דורך זיך צוזאצזעצן ביי 3 סעודות מיט די פאמיליע און זינגן און לויבן אויף אונזער לעבן.
[בעאַרבעטן] נישט אין שבת גערעדט
א אויסדרוק וואס מען ניצט זייער אפט אין שבת קודש, רעדענדיג פון ביזנעס און געשעפטן וואס מען טאר נישט רעדן דערפון אין שבת קודש, צוליבן וואס חז"ל לערנען ארויס פון א פסוק אין ישעיה "ממצוא חפצך ודבר דבר", וואס חכמינו ז"ל דרש'ענען: שלא יהא דיבורך של חול כדיבורך של שבת, דעריבער לייגט מען צו אז מען זאגט עס נאר "נישט אין שבת גערעדט".
די פוסקים מוטשענען זיך שוין דערויף אויב דאס האט עפעס א מקור אין הלכה, אדער עס איז נאר א פאלקס ווערטל, אבער ווירקליך האט עס נישט קיין שום מיינונג [זע: אשל אברהם (בוטשאטש), או"ח הל' שבת סימן שז].
אויך איז "נישט אין שבת גערעדט" א פאפולערע אידישע ליד קאמפאזירט דורכ'ן חסידישן זינגער ליפא שמעלצער, ווי ער זינגט דאס אויפן קאסעטע קיין-עין-הרע.
[בעאַרבעטן] זעה אויך
טעג פון דער וואך |
---|
זונטיק | מאנטיק | דינסטיק | מיטוואך | דאנערשטיק | פרייטיק | שבת |